זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

און דאס האט מיין זייגערל געענטפערט

1 יאנואר 2013, 02:14 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

די תשובה פון מיין זייגערל וועלכער איז געוויינליך “אין צייט” אזוי ווי אלע זיינע קאלעגן האט נישט פארשפעטיגט צו קומען, און איך קען דאך אייך נישט האלטן נייגעריג, איך האב דאך אייך געוויזן דעם ערשטן בריוו וואס איך האב אים געשיקט, אלזא איז נישט מער ווי יושר צו מיטטיילן, וואס ער האט געענטפערט וירא הקהל וישפוט.

נאך איין נקודה פאר איך וועל איבערדרוקן ווארט ביי ווארט פון מיין זייגערל’ס בריוו, איך בין בשו”א נישט מסכים צו אלעם וואס ער זאגט, און ח”ו אויב איר שפירט זיך באטראפן פון אים, זייט וויסן אז סך הכל רעדט זיך דא פון א 8 דאללערדיגן זייגערל וואס עס איז נישט ווערט ער זאל אייך קענען באטראפעצן…. אבער איך אליינס האב אויך געדארפט א התבודדות נאכן לייענען זיין תשובה:

דער זייגערל:

לכבוד מיין טייערן האר ר’ זאלץ וואסער ירום הודו

אחדשה”ט באה”ר, איך האב ערהאלטן דיין בריוו, מיט דיינע זייער שטארקע טענות, פארוואס מיר קענען נישט האבן קיין צוזאם ארבעט, און פארוואס איך גיב נישט אראפ אביסל מער צייט פאר דיר און דיינע קאלעגע מענטשן, און דיינע טענות זענען אין געוויסע חלקים פול מיט אויפברויז, און צומאל פאנגט אן אויסצוזעהן ווי איר רעדט פון לאגיק.

לאמיך אייך אלזא פארציילן א מעשה’לע וואס האט פאסירט ביי אונז זייגער’ס נישט לאנג צוריק און אזוי ארום וועט איר שוין זעהן אז מיר זענען נישט סתם אזוי א איגנארירענדע פאלק, מיר טוען וואס מיר דארפן.

עטליכע יאר צוריק איז געווען א זייגער קאנווענשאן ווייט אין די מרחקים ווי די זון גייט אונטער יעדן טאג, און מ’האט איבערגעשמועסט ענינים העומדים על הפרק. דער קאנווענשאן איז צושטאנד געקומען וויבאלד איינער פון די גאר בארימטע טייערע זייגער’ס איז געווארן צוריקגענומען פון זיין בעה”ב צוליב א געקראכטן טשעק, און ער האט אונטערגעהערט אז דאס אלעס איז א רעזולטאט פון “שווערע צייטן” האבן מיר זייגערלעך זיך דערשראקן וואס שווערע צייטן מיינט, און געמוזט זיך צוזאם נעמען אויף א כינוס כללי צו זעהן וויאזוי זיך צו באפאסן מיט שווערע צייטן, און צו דאס וועט אויך אפעקטירן די צייט לענג אדער ברייט ווי אונז זענען מיר דאך הויפט מחותנים.

איך וועל אייך נישט פארדרייען דעם קאפ מיט די תהלוכי הקאנווענשאן וואס דאס איז אייך נישט נוגע און עס איז שטארק קלאציפירטע אינפארמאציע, אבער איינע פון די ענינים וואס מ’האט איבערגעארבעט איז געווען א אנקעטע צווישן די זייגער’ס פון פארשידענע עקן פון די וועלט איבער דעם ענין צו מ’זאל אביסל נאכלאזן פון די פלייסיגקייטן און געבן פאר דעם מענטשעלע אביסל מער צייט צו שלאפן וכו’ (אזוי ווי איר האט דאס פארגעלייגט. כמעט… זיי האבן גערעדט פון א קלענערן טויש)

האבן זיך צוזאם געזעצט די ראשי הזייגער’ס פון אלע מקומות מושבותיהם און יעדער האט געזאגט זיין מיינונג.

די שאלה: זאלן מיר טאקע זיך אביסל אפרוען און געבן מער צייט פאר אונזערע הארן די מענטשהייט, און אזוי ארום זיי לאזן פארדינען אביסל מער צייט?

לאנדאנער זייגער: טייערע פריינט איך בין דער זייגער פון לאנדאן, און איך קען נישט רעדן פאר אייך וואס טוט זיך דארט אבער ביי מיר אויב קען איך א טובה טון פאר מיינע אויבערהארן דארף איך ווען אראפנעמען אפאר שעה פון טאג, עס זעהט נישט אויס ווי די פראבלעם איז מיט צו ווייניג צייט…

ארץ ישראל’דיגער זייגער: מיינע טייערע באליבטע זייגערלעך, ביי אונז אין ארץ ישראל בין איך בכלל נישט קיין גרויסער משא ומתן, און איך מיין אויב וועט איר פרעגן מיינע אויבערהארן איבער דעם ענין, וועלן זיי בכלל נישט וויסן פון וועם איר רעדט, איר וועט מוזן ווייזן א זייגערל און מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט…

ניו יארקער זייגער: מיינע טייערע קאלעגן איך האב נישט צופיל צייט דא מאריך צו זיין ווייל ביי אונז אין ניו יארק איז אלס א יאגעניש, אבער לשיטתי אפילו אויב איך זאל צוליייגן 100 שעה א טאג וועלן מיינע אויבערהארן מענעדזשן זיך צו דארפן יאגן, און עס וועט גארנישט אויסמאכן אויב מ’וועט טוישן סדרי העולם. זייט מיר געזונט איך דארף כאפן א פליגער…. ()

און אזוי האבן אלע זייגערלעך זיך אויסגעדרוקט אויף זייערע אויבערהארן, און צום סוף איז איינשטימיג אנגענומען געווארן אז דער זייגער וויאזוי ער איז זאל ער בלייבן, ווייל אין א חלק פון די וועלט איז דער זייגער בכלל נישט קיין אינטעגראלער חלק פון דעם לעבן, און דארט ווי יא זעהט נישט אויס אז דאס רוקן אדער פאררוקן דעם זייגער זאל גרינגער מאכן דאס לעבן. ואם כן למה זה אנכי… מ’איז געבליבן ביים אלטן.

טייערער ר’ זאלץ, פארוואס דערצייל איך דיר די גאנצע געשיכטע, ווייל איך וויל צוקומען צו די טענה וואס די האסט צו מיר געהאט.

מיין טייערער! יא איך זעה דיך יעדן טאג, און איך אבזערוויר דיך יעדע נאכט, איך קען זיצן 8 שעה אין א ציה אויסגעדרייט און נאר זעהן ווי די שלאפסט, און שלאפסט. און ווען מיין תפקיד איז דיך צו דערוועקן, זעה איך ווי נאך אפאר מינוט שרייען דרייסטו דיך אויס און די דרוקסט מיין סנוז קנעפל, ווי איינער זאגט “דריי נישט קיין קאפ” אבער אז די הייסט פאנג איך אן טומלען נאכאמאל נאך אפאר מינוט… און עוד”ך די דרייסט דיך ארום און דאס מאל שוין מיט א רציחה’דיגן קלאפ האקסטו אויף מיין סנוז’ל… און אזוי גייט דאס אן ביז די באשלוסט, אז די ווילסט שוין יא אויפשטיין.

פרעג איך דיך…. בין איך דען מעלה ומוריד? וואס מאכסטו א ברייטל פון מיין זיך דרייען מיט תמימות א גאנצן צייט, די האסט דאך אלע ברירות און די נוצט דאך די ברירות לויט דיינע געפילן…

פלוצלינג זעה איך דיך פון דעם אנדערן זייגערל וואס די טראגסט מיט דיר, און איך זעה ווי די לויפסט פארסאפעט די מוזט כאפן א מקוה, כאפן א באס, און עס איז שפעט, זייער שפעט…. (געדענקסט נאך די האסט געהאקט דעם סנוז’ל? נעקסט טיים טראכט פאר די טוסט דאס)

די לויפסט אין מקוה און די קוקסט אגאנצן צייט שטרענג אויף מיין קאלעגע וואנט זייגער אין מקוה, און די פרעגסט נאך איימיצן צו דער זייגער ארבעט גוט? חוצפה! וואס עפעס זאל ער נישט גוט ארבעטן? ער קען עפעס דרוקן דעם סנוזל? ער איז עפעס בעה”ב? ער טוט וואס מ’הייסט!

די לויפסט ארויס פון מקוה די קוקסט ווייטער אויף מיר און אט באמערקסטו פון דערווייטנס דיין בעסטן פריינד ר’ משולם און די פארגייסט דיך אין א שמועס איבער איינעם וואס איז יעצט די נייעס פון די שטאט, און די באשמועסט דעם ענין מיט אלע קליפערליך, און פלוצלינג…. די דערמאנסט דיך פון מיר און די לויפסט ווייטער ווי א פארסמ’טער מייזל…

פרעג איך דיך טייערער. אויב וואלט איך צוגעלייגט 3 שעה צום טאג וואלטסטו דען יא געוואוסט וויאזוי עס צו נוצן? וואלטסטו אפשר געשמועסט לענגער? געדרוקט סנוז’ל מערערע מאל? געפעניעט און געפלוידערט מער? ווער ווייסט? איך ווייס! איך זעה דאך וואס די טוסט ווען עס איז דא נאר 24 שעה אין טאג.

ווען די קומסט אהיים און די זעצט דיך אראפ אויפן קאוטש און די פארברענגסט די צייט מיט שטותים און נארישקייטן, איז דאס עפעס וואס איז א פראבלעם מיט מיין קורצע טערמיניגע צייט אדער איז דער פראבלעם אז וויפיל עס איז יא דא שטופסטו אפ בידים?

און ביי די ארבעט! זיצטו אויף אייוועלט, און די פארברענגסט טייערע צייט, און נאכדעם כאפסטו דיך ביים קאפ אז די האסט נאכנישט געענדיגט דיין אויפגאבע און דער בעה”ב גייט שרייען באלד…

אלנספאלס! יא איך וויל מיט דיר מיטארבעטן אויף להבא אבער מעג איך דיך בעטן א טובה?

אפשר אויפן הוה קענט איר ארבייטן מיט מיר אביסל??? איך מיין עס איז אסאך מער טוהבאר!!!

יישר כח פארן לייענען מיינע שורות און איך האף אז איר וועט מיך נישט אוועק ווארפן פאר כעס. וואס קען איך דען טון איך האב נישט קיין ייצר הרע וואס שטופט מיר צו זאגן ליגנט, מילא קען איך אייך נאר זאגן דעם אמת אין פנים אריין.

פון אייער עבד לעבדי ד’
דער זייגערל
**********************************

ווען איך האב דעם בריוו באקומען האב איך עס שנעל צוגעמאכט און אוועקגעלייגט, איך האב נישט געוואלט מיין אשת חיל זאל עס זעהן, ווייל פאר איר פרוביר איך יא צו מאכן א רושם ווי איך נוץ אויס די צייט, אבער איך האב געקלערט אז עס איז נישט מער ווי יושר אייך צו מיטטיילן דעם תירוץ וויבאלד איך האב מיט אייך מיטגעטיילט די קושי’.

נ.ב. שיקט נישט קיין בריוון פאר אייערע זייגער’ס עס וועט אייך נאר וויי טוהן! לערנט אייך אויף מיינע מיסטעיק’ס…

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

1 תגובות

וואס זאלעך דיך זאגען, דיין זייגער האט א בעסערע שפראך ווי דיר. כ’מיין זאלסט איהם געבן אלע דיינע ארטיקלען איבערצוארבעטען (אויסער אפשר גראמען, ווייל דאס קען ער אפשר נישט).

→ A new great Blog in English!!!מיין שיך בענדל ←