טרוקענער וויין – לכבוד פורים
יעדעס יאר האב איך דעם זעלבן פראבלעם! איך וויל זיין שיכור! פארוואס איך וויל? ס’הייסט פארוואס? ווייל די תורה הייסט. ווי די תורה הייסט? א בפירושער פסוק! שלח לך אנשים, שיכור זאלסטו זיין מענטש!!!
פרוביר איך יעדעס מאל צו ווערן שיכור, אזוי אז ווען עס קומט ערב פורים דריי איך זיך ארום מיט אפאר פלעשעלעך אין טאש גרייט פאר טעיק אפ! און ווי נאר איך זעה אז עס איז שוין נארמאל צו זיין שיכור, ווייל מיין שכן און חבר זענען שוין אויפן גאס און רעדן הויך, פאנג איך אן צו אריינשאשקענען פון מיין באטעלע אין טאש, און איך מאך דעם אנשטעל ווי איך דארף עס וויכטיג פשוט ווייל איך בין דארשטעריג.
זאגן מיר די עקספערטן אז אויב וועל איך טרינקען א טריקענעם וויין וועט עס פוהל מער ווירקן, און עס וועט מיך האלטן אין גלייכגעוויכט, נאר אויף אזוי פיל איז עס גוט אז מקען זיך מאכן שיכער און קיינער וועט נישט קענען אפפרעגן מיין שיכרות ווייל דאס מויל שמעקט פון וויין.
זוך איך ארום א טרוקענעם וויין און דער מקוה יוד ווייזט מיר אן מיט זיין טיעפן פארשטאנד צו וויין אז אטעדער וויין איז א טרוקענער… פרעג איך אים: וואס איז די טריק? זאגט ער ס’איז נישט א טריק ס’איז טריקן! שוין ווי מער אלס בעסער, אז איך קריג פארן פרייז פון איין טריק עטליכע טריקן וועל איך נעמען און לויפן.
איך עפן דעם פלאש און איך וויל פארזוכן פון דעם טרוקן וויין און די לעפצן ווערן מיר נאס דורכגעווייקט! אויך מיר טרוקן! יעצט פארשטיי איך שוין איין טריק…
קען מיר איינער זאגן ווי גיט מען זיך אן עצה??? איך קען דאך נישט זיין ניכטער 120 יאר אין א ציה….
תגובות
קיין תגובות.