לינקע זייט סינדראם (קרישקעלעך פון פורים)
(דאס האב איך געשריבן פאר א פאפולערע אידישע צייטונג לכבוד פורים. איך לייג עס ארויף פאר אדר גייט פארביי און עס וועט זיין נישט אין פלאץ, כאטש וואס איך בין בכלל נישט אין קיין פורים גיסטע נאך די לעצטיגע נייעסן רח”ל.)
פונעם:פורים דאקטאר
נעקסט פליז! מר. בראון איר קענט אריין גיין זעהן דעם דאקטאר
מר. בראון: וועלכע זייט גייט מען?
איר וועט שוין זעהן פאללאו’טס די סיינ’ס
מר. בראון: די סיין רוקט זיך נישט, ווי קען איך עס נאכגיין?
איר וועט זעהן דירעקציע’ס עס ווייזט אן ווי צו גיין
מר. בראון: ישר כח
און אזוי פאנגט זיך אן מיין טאג אין דאקטאר’ס אפיס יעדן איינציגן טאג, ווי נאר איך קום אריין און איך האב קוים צייט אראפ צו לייגן מיין טאשקעלע מיט מיין געצייג אין ווינקל, הער איך שוין אינדרויסן דעם גערודער פון די פאציענטן וועלכע זוכן דעם וועג אריין.
אה! שיער פארגעסן! לאמיך זיך פארשטעלן פאר די חשובע לייענער’ס. ווי איר זעהט שוין אודאי בין איך פון פראקטיק א דאקטאר. נישט א גאנץ יאר, און אויך נישט פאר אלע מענטשן, איך טוה דאקטאריי איינמאל א יאר אום חודש אדר, ווייל ביי אונז אין שטעטעלע איז פארהאן איין דאקטאר, און חודש אדר איז ער פארנומען מיט די הכנות לחג, האט מען שוין יארן לאנג מיר געגעבן די חזקה פון דאקטאריי.
איך בין אויך נישט דער גענעראל דאקטאר פאר אלע פראבלעמען איך בין ספעציפיש פאר מוח פראבלעמען! דאס איז די איינציגע דאקטאריי ביי אונז אין שטעטעלע וואס מ’דארף נישט האבן דערויף קיין שום לייסענס, מ’דארף נאר האבן געווען א פאציענט פאר א צירקע פון צוויי יאר אדער מער, און מ”קוואליפיצירט שוין צום דזשאב.
דער רעדאקטאר פון “דער בלאט” האט ביי מיר אנגעפרעגט צי עס איז שייך צו מיטטיילן אביסל מיט די חשובע לייענער’ס איבער די ענינים, עס זאל קענען העלפן פארן ציבור, און מ’זאל קענען לערנען וויאזוי צו פארמיידן אזוינע פראבלעמען פאר די וואס האבן נאכנישט, און וויאזוי ארויסצוקריכן פון די פראבלעמען פאר די וואס האבן שוין יא.
איך האב פארגעלייגט פאר די רעדאקציע א ליסטע מיט פראבלעמען וואס מיר קענען באהאנדלען, און זיי זאלן אויסוועלן וועלכע עס איז די מערסטע נוגע פאר אלע יארגענג, און פאר אלע סארטן, אלע רעליגיע’ס און אלע סייזעס.
מיין ליסטע איז געווען בערך אזוי: או סי די, בי די פי, קיו זי על, און סתם אזוי א לינקער טאג.
דער רעדאקטאר האט געקוקט מיט ערנסטקייט אויף מיין ליסטע, און געבעטן מ’זאל מיר בארירן די נושא פון אויפשטיין אויף די לינקע זייט, וואס מ’קען טון דאס צו באהאנדלען, און וויאזוי זיך א עצה צו געבן ווען דאס פאסירט צו איימיצן.
לאמיר אנהייבן ביים דיאגנאז!
מיר באקומען כסדר אריין רופן פון פאציענטן וועלכע מיינען אז אט היינט זענען זיי אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, און וואס אן אמת ווען זיי פארציילן אונז די סימפטאמען טוען מיר גלייך אויפן טעלעפאן אידענטיפיצירן דעם פראבלעם. נישט אלעמאל איז עס דער “לינקע זייט סינדראם”.
ווען ווייסט מען אז מ’איז באמת אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט?
איך וועל מסביר זיין די שאלה: דאס אז איינער לויפט אייך נאך פאר געלט וואס איר זענט אים שולדיג, דאס הייסט נישט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט! דאס הייסט: בעל חוב
דאס אז איר שטיייט אויף צופרי מיט צובראכענע ברילן ווייל איר האט פארגעסן אויסצוטוהן עס נעכטן נאכט! דאס הייסט אויך נישט לינקע זייט! דאס הייסט “אמנוזשיע” (פארגעסן בלע”ז)
און דאס אז איר האלט די הייסע קאפ קאווע ביי די ציין ווען איר זעצט זיך אריין אין קאר און עס גיסט זיך אויס אויפן נייעם ראק, הייסט אויך נישט אויפשטיין אויף די לינקע זייט! דאס הייסט “אן אידיאט” (נער בלע”ז)
ווען ווייסט מען יא זייער קלאר אז דער טאג האט זיך אנגעהויבן אויף די לינקע זייט?
אויב ליגט אייער וועקער זייגער אויף אייער לינקע זייט, און איר וועקט זיך אויף צום קלונג פונעם זייגער, איז דא א פופציג פראצענט טשענס אז איר זענט אויפגעשטאנען לינקס.
און דאס זענען די סימנים פון א פולשטענדיגן לינקע זייט סינדראם.
איר שטייט אויף און איר טרעט אריין אין די לעוואר מיט די נעגל וואסער!
איר ווילט נעמען דעם צוויייטן טעפל, ווייל די ערשטע איז שוין געגאנגען פאר די פוס, שטעקט איר אריין די פינגער’ס אין וואסער אריין אנשטאט צו כאפן דעם טעפל ביי די זייטן
(איר זענט שוין בערך 11% אנגעשטעקט פונעם סינדראם)
איר קריכט צי אמה על אמה צום קראן, צו נעמען פרישע וואסער און דאס וואסער שטראם גייט להכעיס אויף 5 מייל א שעה, און הערשט דאן כאפט איר זיך אז דעם קאפל אייערן האט איר פארגעסן אויפן געלעגער (דאס פאסירט נישט ביי יעדן, נאר ביי די וואס האבן גרויסע האר און קליינע קאפלעך)
– איר זענט שוין 15% דערין-
איר יאגט זיך ווייל איר זענט שוין שפעט, און איר דארפט רוקן די קאר אפילו איר דארפט אין ערגעץ נישט פארן היינט. און ווען איר ענדיגט זיך יאגן באמערקט איר אז דער זייגער איז געווען פאררוקט, און ס’איז נאך דא צייט.
(איר האלט שוין ביי 22%)
איר בארואיגט זיך און איר נעמט א קאווע, און ביים נעמען די שטויב גיסט זיך אריין א 2 3 אינטשעס קאווע, און איר קענט נישט גענוג ווישן דעם קאפ פון די איבערבלייבעכץ פונעם שטורעם.
דאן ווען איר גיסט אריין די מילך באמערקט איר אז דער עקספיירעישאן דעיט איז שוין געווען ביים פאריגן קידוש לבנה.
(איר האלט שוין ביי קנאפע 30% [ווענדט זיך אין וואספארא מילך איר נעמט…])
איר זעצט זיך אנידער צום טרינקען, (פארשטייט זיך נאכן נעמען א נייע קאווע) און איר כאפט א שטאך ווייל אייער יאנקעלע האט איבערגעלאזט די טוי’ס נעכטן אויפן בענקל
(35%)
איר מאכט צו די אויגן שטרענג און פעסט, און שטעקט אריין א צונג אין קאפ אריין צו שפירן דעם פיינעם ערשטן הייסן זופ פון די קאווע, און . . . .עס איז כלל נישט הייס. (דאס רופט מען ביי אונז אין דאקטאריי שפראך: בלייבט מיטן צונג אינדרויסן)
(37%)
ווען איר האלט שוין ביים דריטן קאווע און עס איז שוין נישט מיט פארדארבענע מילך, יא מיט הייסע וואסער, און אלעס קלאפט ווי א זייגער! דערמאנט איר זיך צו קוקן אויפן זייגער טאקע! און אוי וויי מ’דארף לויפן. איר כאפט די קאווע מיטן טלית בייטל און דאן אנשטאט לייגן דעם בייטל הונטערן ארעם לייגט איר די קאווע הינטערן ארעם…. (ווען דאס פאסירט איז ראטזאם זיך צוריק צו דרייען און איבערשלאפן נאכאמאל…)
(45%)
איר גייט ארויס אויפן גאס, און פרובירט צו אראפגיין צוויי שטיגן ווען עס איז נאר דא איינס, און עס לויפט אייך דורך א סקרוך אין די ביינער ביז אויבן…
(איר האלט שוין ביי 52%)
פאר מיר גייען ווייטער! איינמאל איר דערגרייכט צו דעם נקודה פון איבער פופציג פראצענט, איז וויכטיג אנצורופן גוטע פריינט און פאמיליע, און זיי מאכן אויפמערקזאם נישט צו שטיין היינט נעבן אייך צוליב סכנה!
איר לויפט כאפן דעם קאר און וואס זעהט איר? יא גוט צוגעטראפן! די מכשיפה גיט שוין דעם טיקעט!
(דאס לייגט נישט צו קיין פראצענט צום סינדראם! עס איז סתם וויליאמסבורג, באראפארק דיזיז, און עס האט נאר איין עצה! אפצוטראגן פון דאנעט)
איר זיצט שוין אין קאר און מיט איין אויג לייענט איר דעם נארוואס געשאפענעם טיקעט און מיטן אנדערן אויג פרובירט איר צו זעהן פארוואס דער קאר סטארט זיך נישט (ראטזאם צו נוצן ביידע אויגן פאר איין זאך און נאכדעם ביידע פאר די קומענדיגע… לייענט מער אין אונזער תשע”ל אדער אויסגאבע איבער דעם)
און דאן באמערקט איר אז דער טיקעט איז גאר פאר עקספייערט רעגיסטראציע….
(60%)
איר פארט שוין ב”ה! און אלע לייט’ס ווערן רויט פונקט ווען איר קומט אן! און הערשט ווען עס ווערט גרין, פארט דורך א מעקסיקאנער מיט זיין ריזיגע באקס בייק און בלאקירט דעם טרעפיק ביז עס ווערט נאכאמאל רויט…
(67%)
איר קומט אן אין שוהל אריין און ביי די דרייענדיגע טירן ביי די מקוה שטייט א איד מיט א צובראכן קארטל און רירט זיך נישט אוועק ביז ווען ער מאכט זיכער אז דאס קארטל ארבעט נישט פון קיין שום זייט (זייט אים דן לכף זכות אז דאס קארטל איז צובראכן…)
איר זענט שוין אין מקוה, און עס איז שוין נאר דא די פוירפל געלעכערטע האנטוכער.
(73%)
איר יאגט זיך געפערליך, און איר לויפט צו די שויער’ס, און פונקט אייער שויער איז די וואס גייט שטייטעליך און שטעכעדיג וד”ל.
(76%)
איר קומט אן צו אייער מנין! (דא קענט איר געוויינליך ענדיגן ביי פולע 100% ווענדט זיך אויב עס איז א טאג וואס מ’לייענט און זאגט תחנון, אדער סתם א פרייטאג) איר שלעפט ארויס דעם טלית און די ציצית ליגן צעשפרייט אויף די פיר עקן, און איר קענט נישט כאפן אלע 4 מיט איין האנט.
פונקט ווען איר לייגט תפילין זאגט מען קדיש!
ווען אייער שכן רוקט אריין די באנק, רוקט זיך עס ארויס פון אייער זייט!
וכו’ וכו’ וכו’.
דא דארפט איר שוין מיט א קלארקייט וויסן אז יא! איר זענט היינט א געליטענער פון דעם “לינקע זייט סינדראם”.
פארשטייט זיך אז די אויבנדערמאנטע איז נאר א משל. אבער דאס זענען בערך די סימפטאמען פון דעם געליטענעם.
וואס קען מען טוהן ווען מ’איז אין דעם לינקן טאג סינדראם?
אין דאקטאר וועלט אויף די מעדיקאלע טערמינען האט דאס דריי נעמען:
- די “פרשנדתא” טאקטיק
- די “ושתי” מהלך
- די “אחשורוש” גאנג
ונחזור על ראשון אחרון:
די אחשורוש גאנג איז זייער א פשוט’ער. עס איז די לייכטסטע און גרינגסטע וועג דאס איבער צו קומען, און איז די ווייניגסטע פיינפול:
טוט וואס אחשורוש האט געטון! אחשורוש ווען ער איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט האט ער אנשטאט זיך פארווארפן פארוואס ער האט זיך געלייגט אויף די רעכטע זייט, זיך גענומען צוויי שומרי הסף און ער האט זיי געהייסן ברענגען דעם בוך צום לייענען. אויב איר קלערט אריין איז דער אחשורוש גארנישט געווען אזא טיפש ווי מ’מיינט (איך קריג נישט ח”ו אויף די חכמים, איך רעד אויף דאקטאר טערמינאלאגיע)
ער האט געזעהן אז דער נאכט האט זיך אנגעהויבן אויף די לינקע זייט האט ער געטון וואס ער טוט בעסט: זאל יעדער ליידן נאר נישט ער. ער האט שופך חימה געווען אויף יעדן וואס ער האט געקענט, און די נס איז געווען גרויס אז פונקט איז המן געפאלן א קרבן און אידן האבן געהאט א ישועה.
דאס הייסט אז ווען איר האט א לינקן טאג, זוכט אפיר די אלע וועם איר קענט נישט באהאנדלען אין א געהעריגן טאג און גיט זיי א באהאנדלונג! נישט אומזיסט האט מען אייך מזכה געווען מיט אזא טאג! פון הימל וויל מען אז זיי זאלן כאפן! (דאס דארף אסאך טעראפי אבער איינער וואס איז געבוירן מיט דעם אטיטוד קען דאס גרינג טוהן. א צווייטער דארף מער חיזוק און סופפארט, אבער מיר שטעלן דאס צו)
די צווייטע וועג איז די “ושתי מהלך”
יא יא די זעלבע ושתי וועם איר קענט, דעי זעלבע ושתי האט זיך געהאט א מהלך ווען דער טאג איז געגאנגען לינקס.
ושתי ווערט גערופן צום קעניג און פלוצלינג זעהט זי זיך מיט די פוס אין נעגל וואסער, (טייערער בחור הזעצער: ביטע פאררעכטן איך האב נישט קיין צייט: זי טרעפט זיך מיט הערנער און א וויידל און קרעץ. נישט מיט די פוס אין נעגל וואסער…)
וואס טוט ושתי? זי כאפט א רקידה! זי פאנגט אן צו מאכן הוויות און משונה’דיגע גרימאזן, און מאכט זיך ווי זי האט געכאפט א נערוון אטאקע.
איינע פון די גרינגסטע וועגן פאר א לינקן טאג איז אז יעדע זאך וואס גייט קרום, זאל מען מיטמורמלען אדער גאר שרייען ווי ושתי: “איך האב היינט א שווערן טאג! איך בין אויפגעשטאנען אויפן לינקן זייט”
די מעלה פון די וועג איז אז מ’וועט אייך נישט חושד זיין אין משוגעת! דער עולם וועט ערנסט מיינען אז ס’איז סך הכל א “לינקער טאג”.
די חסרון דארף איך אייך נישט זאגן! ווי האט ושתי געענדיגט???
די “פרשנדתא טאקטיק” איז נאך די גרינגסטע
אין אמעריקע רופט מען עס איגנארענס
ווען מ’האט גערופן פרשנדתא’ן צו די תלי’ האבן אים די תליינים ארויסגערופן אמעריקען סטייל מיט בערך די ווערטער (פארשטייט זיך אין פרסי’ש)
איר זענט העפליך געלאדנט צום מלך אין בעק יארד
פרשנדתא האט געפרעגט פארוואס מ’רופט אים
האט מען אים געענטפערט אז דארט איז דא א דארן בוים הויך 50 איילן.
פרשנדתא טוט אן זיין שיינע וואלענע מאנטל און גייט….
איר מיינט פרשנדתא האט געהאלטן אז מ’גייט עסן דארן?
איר מיינט אפשר אז פרשנדתא איז געווען נאאיוו און געמיינט אז מ’מאכט אים גובערנאטאר אויף די דארן ביימער?
ניין! פרשנדתא האט קלאר געוואוסט אז היינט איז “א לינקע טאג” און וואס האט ער געטון?
דעם פרשנדתא טאקטיק!
זיך געלאזט הענגען! און איגנארירט!
ווי איז ער אנגעקומען? וואס א חילוק? למעשה איז עס א מהלך!
מיינע טייערע פריינט און פאציענטן. איינער ווארט מיך שוין אינדרויסן, און לויט די קולות זעהט מיר אויס ווי אונז זעמיר אויסגעלאפן פון די גרינע און איך מוז אים באהאנדלען.
זייטס מיר און האטס מיר א פרייליכן פורים, און פאר סיי וועלכע פראבלעמען קענט איר זיך ווענדן צו מיר, מיין נאמען איז שטרענג געהאלטן ביי די רעדאקציע.
תגובות
קיין תגובות.