תנחום ביי תחנון
צום ערשטן טאג תחנון נאך א לאנגע צייט אפשניט, האב איך אביסל אבזערווירט די פנימ’ער ביי די מתפללים ביי מיין מנין.
למשל חיים א ערנסטער און פארזויערטער אינגערמאן האלט שוין זיין הענט מיט איין פינגער ביי תחנון פון ווען מ’האט אנגעהויבן דאווענען, ער גלייכט זייער דעם עסק און ער האלט אין איין ציילן וויפיל בלעטער מ’האט נאך ביז תחנון.
יענקל האט א טלית בייטל פול מיט זאגערלעך, א קטורת’ל א פרשת המן, א למנצח מנורה, א לוח יעלה ויבוא, מיט א משנה ברורה שפרייט בלאט אויב מ’איז זיך טועה מיט ותן טל ומטר וכדו’. איין זאך וואס ער האט נאכנישט איז א תחנון זאגער’ל און ער פרובירט אלס צו אויסטרעפן ווען ער קען שרייען הויך “יתגדל” פאר ברוך דער שרייער האט נאך א געלעגנהייט אים אויסצוכאפן.
משה פאנגט נישט אן תחנון אפי’ אויב דער עולם ליגט שוין אויף די טישן ווילאנג ער שטעלט א געהעריגע עדות’שאפט פון דריי כשר’ע עדות אז מ’דארף טאקע זאגן, ער דרייט זיך רעכטס און לינקס און מאכט מיט די הענט זייער אומזיכער ביז ער גיט אויף און זאגט שיין מיט.
תנחום איז א שוי פאר זיך! אין ימים כתחנונם מענעדזשט ער צו ארויסגיין אין הכנות ביי שים שלום אזוי צו פארמיידן אלע פראבלעמען און ווען ער קומט צוריק אינטערסירט אים ניטעמאל צו מ’האט געזאגט, הלמאי תחנון זאגט מען נאר מיט מנין.
ווען עס קומט אן חודש ניסן, ווערט תנחום’ס קושקע סטעיבל און ער קען זיך קאנטראלירן און דארף נישט לויפן אזויפיל. האט ער אבער פארגעסן אז די צייט לויפט און היינט צופרי האט ער געהעריג געדאוונט און נאכגעזאגט אמן נאך שים שלום מיט א קול חזק ביז…
ער קוקט זיך ארום און ס’ווערט אים תחנון פאר די אויגן! ער האט פארגעסן אס מ’פאנגט שוין אן צוריק צו זאגן! וואס טוט מען דא?
שטיי איך און אבזערוויר דעם מצב ווי תנחום לויפט מיט די הענט אויף די נאז ווי א כיתה ט’ אינגל וואס זוכט א וועג ארויס פון חדר, און כאפט א געזעמל טישו’ס און מארשירט ארויס אין ווינקל און בלאזט א געבלאזעכץ ווי א אלערגיע באטראפענער, ביז ביז… יעדער זאגט שוין אשרי.
מארגן וועט ער שוין געדענקן אנצוהייבן ביי שים שלום דעם שפיל, אבער פאר א לעצטע מינוט אמערדזשענסי האט ער א פיינעם ארבייט אראפגעלייגט.
(מ’האט היינט טאקע געזאגט תחנון? אויב נישט איז די מעשה קיינמאל נישט געשען, און אויב יא האט דאך עס יא געקענט זיין…)
תגובות
קיין תגובות.