פון די סעריע “היינט אויפן באס” חלק א’
איך פאנג אן א נייע סעריע ארטיקלען מיטן נאמען “היינט אויפן באס” ווי איך וועל מיטטיילן פאר די לייענערס וואס עס קומט פאר אויפן באס לייוו.
די סיבה צו די נייע סעריע איז ווייל איך האף אז די אוממאראלישע מענטשן פרעסער וועלן באקומען דעם מעסעדזש אז דער באס איז נישט קיין אפיס אדער א מעדיקל צענטער. מ’האט שוין געהערט אזוינס אז איינער דארף ענטפערן א טעלעפאן קאל אבער צו זיצן א גאנצן וועג און שרייען ווען אנדערע פרובירן זיך אפצורוען נאך א טאג ארבייט איז אומדערהערט.
היינט אויפן באס האב איך אסאך וואס צו שרייבן, א שאדע ס’איז נישטא אביסל טרעפיק ווייל איך קען נישט נאכקומען די ארבעט דא.
על ראשון ראשון זיצט דא אונטער מיר א איד א בן ששים וחמש (פון ווי איך ווייס? און פון ווי מיינט איר אז איך ווייס זיין סאושעל? ער האט שוין אלעס פארציילט!) און ער שרייט געפערליך איבער עפעס א מושב בי”ד און טענות פון די צדדים און וואס ער האט געענטפערט אדער געוואלט ווען וועלן ענטפערן.
נאך א שטיק שמועס הער איך שוין קלארער עס איז נישט דער מדובר פון א מושב בי”ד נאר עפעס אינערליכע משפחה קאנפליקטן וואס וועניש ער רופט אויס אלע נעמען הויך וואלט איך געז)גט ס’דארף ווען זיין א סוד.
יעצט רעדט ער שוין צום דריטן מענטש זינט ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיץ און עס האט שוין אנגעהויבן אויסצוזעהן ווי ער ענדיגט שוין זיינע טענות ביז פלוצלינג הער איך ער שרייט: האלאו! האלאו! (קשי’ ניגון, תירוץ ניגון. הסבר ניגון) ביז ער פוילט זיך נישט און קאלט צוריק דעם אנדערן און פרעגט איבער פון ווי ער האט נישט געהערט און ער הייבט אן זיינע טענות פון דאסניי. יא! אז ס’איז באשערט צו טאנצן טאנצט מען.
אויף מיין לינקע זייט זיצט אסאך איד אויף צוויי סיעטס און ווען ער רעדט אויפן טעלעפאן זעהט עס אויס דער טעלעפאן אין זיינע הענט ווי ער עסט א פאפיטע נאר ער לייגט עס נישט אין מויל אריין.
ער האט אמאל געהאט א געשעפט (כפי השמועה) און ער האט באנקראטירט. ווי עס זעהט אויס גיט ער פינאנציעלע עדווייס פאר איימיצן וואס מ’טוט צו באנקראטירן.
פון די פרויען מחיצה שרייט א אידענע אז זי האט נארוואס אויפגעפיקט די גאון און זי איז שוין אויפן וועג צוריק. זי טענה’ט אז זי האט געכאפט דעם באס אבער איך זעה אז זי זאגט ליגנט ווייל קיינער האט עס נישט פארכאפט! אלעס פארט כשורה זי האט נאר פארכאפט די מנוחה מיט אירע אומבאנומענע קולות.
עס זעהט שטארק אויס אז די פרוי גייט אויף ספיטש טעראפי דא אויפן באס און דער טעראפיסט הייסט איר שרייען. ווייל זי רעדט ווערטער וואס קענען נישט קלעבן אפילו אויב מ’זאל עס אנהאלטן מיט צוואנגען.
אקעי איך גיי שלאפן ווייל מיין שכן’ס בעטערי איז געגאנגען שלאפן און איך בין אים נישט חושד אז ער וועט רעדן צו זיך אליינס ווייל ער וואלט זיך גענומען דאס לעבן ווען ער זאל הערן די שטותים וואס ער רעדט צוזאם.
גוטע נאכט
1 תגובות
יש אוטבסים אם שלט לא לדבר על פלפון