וואס איז פת שחרית?
בס”ד
ווי אינטערסאנט דאס הערט זיך, איז אבער אלס דא געוויסע ווערטער וואס ווערן אויסגעדרייט פונעם ריכטיגן משמעות, אזש ווען מ’טרעפט זיך פון אנדערע עקן וועלט קומט אמאל צו לאכן ווי א אנגענומענער טערמין איז אזוי פארדרייט.
א שטייגער ווען איר פרעגט א קינד, וואס איז דאס א כפרה? וועט ער גלייך ענטפערן: א הינדל
ווען איר פרעגט וואס איז דאס סליחות? וועט ער ענטפערן: אזא סארט מחזור.
ווען איר וועט אבער פרעגן פון א קרית יואלער אינגעלע וואס הייסט דאס פת שחרית? וועט ער ענטפערן: א טרעקל!!!
פאר די וואס ווייסן נישט, אין קרית יואל גראד נעבן דעם ביהמ”ד איז דא א טרעקל וואו אידן קויפן זיך יעדן טאג זייער קאווע און פרישטאג, און דאס איז אנגענומען אלס דער “פת שחרית טרעקל”. דאס אינגעלע ווייסט אפילו נישט פארוואס דאס הייסט אזוי, אבער ער ווייסט אז ווען מ’קומט אמאל אין א קאנטרי וואס באשטייט פון מאביל הייזער וועט ער זאגן: טאטי! איך האב געזעהן אסאך פת שחרית טרעקלעך…
***
דער פת שחרית טרעקל איז היינט שוין פיהל מער ווי סתם א פרישטאג מאכעריי, עס איז א מין לעבנסשטייגער וואס איז ווערד מיינע צוויי פרוטות פון א באשרייבונג.
אלזא דער פת שחרית טרעקל איז א קליינער ד’ על ג’ טרעקעלע מיט פענסטערליך, וואס אינעווייניג איז איינגערישט א וויליאמסבורגער קיך (איך רעד לגבי די סייז) און אינדערינען שטייען 5 ערוואקסענע לייט וואס באדינען דעם ציבור מיט זייערע געברויכן.
לאמיר אראפלייגן וויאזוי מיין פרישטאג ארדער גייט צו יעדעס מאל ווען איך קום אן צו דעם טרעקל. עס שטייט דארט א אינגערמאן, גלייך אינטער אים נאך איינס, און אויף זיין רעכטע זייט איינס, און לינקע זייט איינס. איך זאג אים גוט מארגן, און ער שרייט, קאווע אייער שפייז? בלשון שאלה. ווייל ער ווייסט שוין בערך וואס איך באשטעל. איך ענטפער פאזיטיוו. זאגט ער איבער מיט א העכערן טאן: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי! ר’ משה גלייך נעבן אים שרייט איבער ווי צו קאנפירמען אז ער האט גוט געהערט: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי?, ר’ יענקל אינטער אים זינגט זיך שוין אינטער: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי! און מ’הערט א גאנצע כאאר פון: קאווע אייער שפייז פאר זאלצי.
איין אינגערמאן שטייט דארט נאר פאר דעם ציהל, צו טראגן און ברענגען די מעסעדזשעס דעם ווייטן מהלך פון 4 פוס אז ס’זאל נישט ווערן פארלוירן אינטערוועגנס.
ווי נאר ס’איז הדבר יצא מפי המל”ח פאנגט זיך אן א גערויש. איינער רישט די קאווע, א צווייטער גיסט אייער אויף א הייסן פלאך, און דער דריטער שטייט און קאנווינצט מיך אז אפשר היינט דארף איך אויך א קוכן מיט שחוק (א קרית יואלער מאכל, איך ווייס נישט צו מ’טרינקט, טינקט, אדער שלינגט עס).
דער אייער שפייז איז פערטיג, איינער שטייט מיט א אפענעם בייגל, דער צווייטער ווארפט אריין דעם אייער שפייז דער דריטער דיפאזיטירט אפאר פיקעלעך און דער פערדער שטעקט א שטרוי אין די קאווע.
איך פרוביר צו רעדן אויפן טעלעפאן ווען דער פראגראם קומט פאר פשוט ווייל איך קען נישט צוקוקן ווי פאר איין אייערשפייז מיט א קאווע שוויצן 5 אינגעלייט. אבער דאס איז ווען איך בין א בר מזל און איך קום אן ווען עס איז נישטא קיין אנדערע קאסטומערס.
מיר געפעלט דער אינגערמאנטשיק וואס נעמט די חשבונות און דאס געלט בשעת ער דרייט צוזאם א זעקל פאר איינעם און ענדיגט צו א סענדוויטש פאר א צווייטן, און ער הייבט דעם קאפ און די הייעך און רעכנט וויפיל מ’קומט אים פונקט ווי עס פלעגט טוהן ר’ וואלף לעפקאוויטש ע”ה אין די אמאליגע יארן אין וויליאמסבורג. דער פארלירט נישט קאפ, ער רעכנט און רעדט, און גרייט, און שרייט, אלעס אויף איינמאל.
דאס קליינער טרעקל ווערט פארוואנדלט אין א ריזיגן קאמערציאלע קיך, עס גייט א רויעך און א ריח, אוואו אין א מצה בעקעריי ערב פסח.
אינטערסאנט צו באמערקן איז אויב ווילט איר ווערן אמאל א בדחן זאלט איר פארברענגען אביסל ביים טרעקל, דארט איז א פלאץ ווי יעדער ווערט א קאמיק און עס הערן זיך לצות און גוט זאגעריי פון העכסטן און נידריגסטן קאליבער. יעדער שטייט אויסגעדרייט צום פענסטער מיט א קנייטש אויפן שטערן, און אויב די וועטער איז גענוג גוט ווארפט מען אריין א ווערטל, און די קעכער מוזן לאכן אויב זיי ווילן נישט פארלירן א גוטן קונד.
אזוי שטייענדיג 6 7 מענטשן וואס ווארטן אויף זייער פרישטאג, הערט זיך א שנעלער שארט סטאפ און א קאר שטייט גלייך נעבן דעם טרעקל, עס לויפט ארויס א צעבוזשעוועטער אינגערמאן און פון העכער אלע קעפ גיט ער מיטן פינגער א ציצקע: משה!!! משה!!! וואו מיין קאווע? ר’ משה ענטפערט: אה! גוט מארגן! וואס קען איך דיר געבן? די טענער גייען העכער, דער אינגערמאן פארשטייט נישט פארוואס זיין קאווע איז נישט גרייט ווען ער דארף עס, ער פארגעסט אז אויב ער באשטעלט נישט קען נישט ר’ משה שטיין אין עס האלטן פאר אים.
פרובירן זאלט איר צו ארדערן ווען די אידן וואס לויפן צום באס קומען אן די לעצטע דריי פערטל מינוט און אלע אויף איינמאל דארפן אלעס וואס מ’קען נאר דארפן. די אינטערסאנטסטע איז דער איד וואס קומט יעדן איינציגן טאג מיט א בהלה לויפט צו צום פענסטער און פאנגט אן זיין טעגליכע מורמערלעריי. (איך זעה אויף די סערווער’ס אז די ערשטע 5 מינוט הערן זיי כלל נישט אויס וואס ער זאגט ווייל זיי ווייסן אז ס’בלייבט סיי ווי ביים 6טען מינוט ארדער)
ער איז א שלאנקער אידל און בייגט דעם קעפל אריין מיטן לאנגן נעזל גלייך אין טרעקל און קוקט זיך אום וואו מ’באהאלט די גוטע סחורה, ער שמעקט און ציהט מיטן לונג און נעמט זיך מורמעלען העכער: וואס קען מען היינט נעמען? הע? נעכטן נאכט האב איך געגעסן בלבלבלבלב און היינט בין איך נאר הינגעריג אביסל, אבער באלד וועל איך זיין מער, וכו’ וכו’ איך האב מיך נישט צוגעהערט פונקטליך וואס ער זאגט ווייל ס’האט אויסגעזעהן צו זיין פריוואטע אינפארמאציע.
נאך 5 מינוט מורמלען נעמט ער זיך שרייען מיט א געיעג: משה, יענקל, גיסט מיר??? ווי לאנג דארף איך ווארט?
און די קעכער פרעגט אים מיט געדולד: אה אודאי, וואס דארפסטו?
עממממ עההה גיב מיר די זעלבע ווי נעכטן… אך און וויי אויב דער קעכער געדענקט נישט וואס נעכטן איז געווען.
אה! און פארגעס נישט אריינצולייגן א האלבן כזית צוקער און א פערטל לעפל פיש זאפט (נישט עכט, זיי האבן נישט פיש זאפט מיין איך) ווייל נעכטן האסטו געלייגט פארקערט… הערסטע משה… זיי דיך נישט טועה…
יא יא חזר’ט זיך ר’ משה איבער, און זינגט זיך אינטער: האלבע כזית צוקער, פערטל לעפל פיש זאפט טיריראריריי פאר ר’ שלום’קען.
איין טאג שטייענדיג דארט קומט אפיר א אינגערמאן וועלכער זעהט אויס איז נארוואס ארויסגעקראכן פון די גמרא פאר א קורצן איבערבליק אויף די וועלט, און ער ברענגט זיך א קליין קאנטעינערל וועדזשטעבל, און פרעגט מיט איידלקייט. איר קענט מיר אריין לייגן מאיאנעיז מיט זאלץ אין מיין וועדזשטעבל סאלאט?
זעהט אויס ער איז אויף א דייעט! עכ”פ דאס ווייב מיינט אזוי…
ווען די בחור’לעך קומען בין הזמנים האלטן ביים טרעקל, אסאך מאל איז עס א עקל, אבער אמאל אויך א ברענגט עס א שמייכל א ברעקל. שטיי איך דעם בין הזמנים, און איך ווארט אויף מיין רייע, און פאר מיר שטייט א בחור’ל הויך עשרה טפחים מיט א קוויטשקעדיגע שטימעלע און שרייט אז מ’זאל אים הערן.
גיט מיר א ווייכע סענדוויטש מיט דריי צעקראכטע אויפגעפרעגלטע אייער און שחוק ביי די לינקע זייט פונעם ראלל אויך לייגטס אריין אביסל זאלץ בערך צוויי סעקונדעס און א קאפי מיט אסאך צוקער, אסאך מילעך און אויך אביסל קאווע…
דער סארווירער בייגט זיך אריבער און פרעגט: אה! דו זאגסט עפעס? וואס זאגסטו?
און דער בחור’ל פארציילט פון אנהייב נאכאמאל די גאנצע מעשה… דער עולם ארום גרימאזט אבער וואס קען מען טוהן? דאס אינגעלע איז הינגעריג און ער איז בארעכטיגט צו מאכן א באשטעלונג.
הכלל מ’האלט שוין דעם זעקעלע מיטן דרייערל אייערל און דאס אינגעלע דערמאנט זיך אז ער מיינט ער דארף נאך עפעס מ’זאל אים לאזן טראכטן… שטיל זאל זיין!!! (דאס זאגט ער נישט, ער קוקט נאר אזוי אויף די שמועסער’ס) און ער פאנגט אן א פרישן ארדער…
מ’גיבט אים מיט הלל’ס געדולד אלע זיינע פארלאנגען און אט קומט דער מינוט ווען ער דארף באצאלן.
דאס זעקעלע פליהט אראפ, די כאלאט טאשן ווערן אויסגעפאקט אויפן קליינעם פענסטער טישל, און מ’זוכט דאס געלט. מ’טרעפט ניקלעך פענני’ס קוואדער’ס מ’שטעלט צוזאמען א קיימא לן פונעם געפאדערטן פרייז און מ’ציילט איבער און איבער, און איך דריי זיך אוועק ביזדערווייל גיין אין דער ארבייט, איך וועל צוריק קומען מארגן ווען דאס בחור’ל וועט שוין פערטיג זיין.
***
איך באמערק אז עס הענגט א זייגערל וואס ארבייט נישט, דאס איז זעהט אויס א טאקטיק צו ווייזן אז דא ביי דעם טרעקל שטעלט זיך צייט אפ, און ס’פאנגט הערשט אן ווייטער צו גיין ווען מ’גייט אוועק פון דא… א גוטע נקודה מיין איך.
די קליינע קינדערלעך ווען זיי לויפן צום באס, שטעלן זיי אפ א וויזיט אמאל צו קויפן “פישקאלאך” איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער עס איז לכאורה אזויווי א ציגרעטל ביי עלטערע ווייל זיי כאפן דאס מיט א מין אדיקציע, און ציילן ארויס דאס געלט וואס זיי האבן פון די חנוכה געלט שיפלאד אפיר גענומען און מ’לויפט כאפן די באס. די געדולדן פלאצן ווען זיי נעמען זיך רעכענען וויפיל זיי קענען קויפן פאר 63 צענט און וויפיל עס בלייבט איבער צו סעיוון פארן קומענדיגן באזוך.
בקיצור, דער פת שחרית אין קרית יואל איז א דערהער וואס איר וועט קיינמאל נישט פארשטיין אויב איר קומט נישט אליינס אריבער אמאל באזוכן.
תגובות
קיין תגובות.