ווייערלעס שעלטער
איך האלט זיך פאר א גרויסער אינווענטאר, איך האב שוין אויסגעפונען גאר אינטערסאנטע און נוצבארע בליציגע אינווענשאןס. די סיבה פארוואס איר זעהט עס נישט אין ערגעץ מיט מיין נאמען איז ווייל רוב פון מיינע געניאלע איידיעס האט שוין עפעס א באנדיט אויסגעקלערט פאר מיר.
נו וואס בין איך שולדיג? יענער איז עלטער! אדער יענער האט געהאט מער צייט אלע וויילע איך בין נאך געווען ביי די גמרא. טא איז עס מער נישט מיין אינווענשאן? א פרשה פאר זיך! יושר איז אינדערערד.
דאס מאל אבער בין איך אויפגעקומען אויף א מוחישן און אבסאלוט נייעם געדאנק וואס קיינער האט נאך נישט געקלערט, און איך פלאן ארויסצונעמען א פאטענט דערויף, און ווערן א מיליאנער, און טיילן צדקה, און בויען מוסדות, אה און באצאלן מיינע חובות אפשר אויך. . .
עניוועי טו די פוינט.
איינע פון די גרויסע פראבלעמען וואס די היינטיגע עלעקטריזירטע יוגנט און פארגעסענע אלטווארג ספראווענען זיך, איז אז ווען מ’איז אין א איינס אויף איינס אסיפה מיט אן עלעקטעראנישן דעווייס פון סיי וועלכע סארט, און מ’שפירט אז דא האט מען איינעם מיט וועם מ’פארשטייט זיך טראץ וואס די היומען’ס אין די וועלט פארשטייען אונז נישט, געשעהט ווען דער קליינער מאשינקעלע איז בועט ברבו און דינט נישט ווי געהעריג.
למשל די אלטווארג ווען זיי באנוצן זיך מיטן ראסטבערי און ער גיבט א פריז אפ פאר מ’דרוקט סענד פאר א גאר וויכטיגן “לאל” אדער “היי” מעסעדזש וואס האט גענומען אויסצוקלערן א שיינע וויילע.
וואס טוט מען? מ’נעמט זיך שעלטן הויך צו שטיל, אלעס ווענדט זיך וואו דער אייזל שטייט איין, און אמאל רעכנט מען זיך נישט מיטן שטאנדפונקט פונעם אייזל אויך נישט.
איך זעה אן עלטערן אינגערמאן קוקן אויפן קליינעם בערעלע, און א 2 מינוט אנאליז וואס איך האב אפגעשריבן באריכות וועל איך אייך דא איבערגעבן בקיצור.
ער קוקט מיט א קנייטש אויפן אזוי אויך פארקנייטשטן שטערן.
ער קראצט דעם אויער מיט די שפיץ פונעם הענטל פון די גרינע ברילן און פרובירט צו קוקן נענטער.
ער שמייכלט זיך אונטער.
איך קןק: ער זעהט דארט א דזשאוק לכאורה.
איך קוק נענטער; ער האט געטראפן קול מבשר’ס טעלעפאן נומער נאכן זוכן 15 מינוט, נישט כאפנדיג ער האט עס געספעלט מיט א סי אנשטאט א קעי.
אקעי, די געלעכטער גייט אוועק, ער באקומט א ערנסטן טעקסט ער פארקלערט זיך דערויף און מאכט א גרימאז פון אומפארשטאנד.
א שנעלער רוף אהיים מאכט קלאר די מצב. דאס ווייב האט מיט צרות אפגעטעקסט ער זאל אהיים ברענגען מילעך, און ער האט געמיינט ס’שטייט עפעס מילעטש. פון וואו זאל ער וויסן אז אזוי ספעלט מען מילך אין ענגליש אין אידיש עממ.
ער שמייכלט אן התרת ספיקות’דיגן שמייכל און פארטון ווייטער אויפן טעלעפאן מיט אלע פינגערס.
פלוצלינג!!! בלעקבערי במילואו, עס איז פריזינג טיים. ער דרוקט אלע באטטענס צו זעהן אויב איינס ארבייט. ער טרייט צו דרוקן שטערקער און האלט אן מיט די אנדערע האנט אז די באטטאןס זאלן נישט דורכפליען פארן כעסיגן פרעשור. און אט קומט עס…
א געמיינעם קללה נישט קיין מיאוס ווארט אבער א צעגארגעלטען חחחח בוםםם פארש… בלעקבערי. בלבללבלבאבלבלא. א קללה אויף אלע ציונים און א פליק ארויס דעם בעטעריי.
זיין בלאדפרעשור איז הויך, זיין בלעקבערי איז פארלאשן, און דער טאג ריאונירט.
ער וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי צעגארגלט אין פרידנסצייטן, ער האט דאך נישט געדענקט וואו דאס אייזל שטייט איין פאר גרויס חימה.
***
אט זעה איך שוין א אינגערמאנטשיקל וואס שפילט מיט זיין עגגפלענט. איך מיין זיין איי-פאון ווי מיט א פידעלע און ס’שמייכלט זיך אים פון גרויס סוקסעס. ער דארף ניטעמאל דרוקן, ער שארט דעם פינגער אויפן סקרין, פאר איינעם קען זיך דאכטן אז יעדע שאר פון איין ווינקל צום צווייטן איז נאך א ריעלעסטעיט דיעל, קיינער ווייסט נישט ס’איז נאר קענדי קראש.
אבער פלוצלינג פאסירט דאס אומערווארטעטע, דער טעלעפאן לאזט אים וויסן אז ער איז יעצט נישט אין די מוהט, און לאזט אים מיטן פינגער שארן א ליידיגן סקרין.
דער אינגערמאן מיט גרויס אייפער גיבט א בלאז ארויס דעם רוח התמצית מיט א מין שופר בלאזעריי אז די ארומיגע צעטרייסלען זיך פאר שרעק, און אט אזוי ווערט דער אינגערמאן נעבעך עלטער און ווייסער פון אזוינע עגמת נפש פריצייטיג.
***
ער זיצט אין קאר, מיט איין האנט טעקסט, די צווייטע האלט א קאפפי, דער עלנבויגן האלט דעם סטירינג וויל, און בומממממ א שארטסטאפ מיט א הילכיגן פייף ווען א היטש הייקער ווייזט מיטן פינגער און ער האט עם עס שיער אראפגעפליקט.
א טוץ מיט אומאיינגענעמע אויסדרוקן, און נאך א לעוול דרוק צום אנגעצויגענעם מצב.
***
אקעי, איר כאפט די פראבלעם? מ’קען זיך נישט אויסגעבן צו שרייען קללות אויף זיך אליינס ווען מ’איז אליינס שולדיג, און אויך נישט אויף א קליינעם טעלעפאן וואס מ’דארף היטן ווי א אויג אין קאפ און איגנארירט די קולות.
***
דא קומט מיין געניאלער איינפאל. . .
-די ווייערלעס שעלטער-
מ’וועט מער נישט שעלטן זיך אליינס!
מ’וועט מער נישט טאלערירן דאס איגנארירן!
עס וועט זיין א קליינע מאשינקעלע וואס וועט האבן פרי-ריקארדעד קללות (מ’וועט קענען דאונלאודען פארשידענע מיני און פארשידענע קולות וכו’ הכל כפי הצורך) און ווען מ’וועט זיך נעמען שעלטן אדער שרייען זאל דאס גלייך צוריק שרייען.
למשל:
כעסן: משוגע מעטארע
מאשינקע: (אויטאמעיטעד שטימע) מעטארע איז נישט משוגע.
כעסן: או יע
מאשינקע: או נאו. וכו’
עפיזאד 2
כעסן: וואס פאר א שווארץ יאר גייט דא פאר.
מאשינקע: א ווייס יאר, און ס’גייט נאך.
כעסן: או נאו
מאשינקע: או יע.
יו געט די פוינט?
אדער וועט מען קענען איינשטעלן דעם מאשינקעלע אליינס צו שעלטן און ווייטער זיצן רואיג ווען מלאכתו נעשית ע”י אחרים…
זאג מיר נישט אז דו לאכסט ווייל איינער האט דאס שוין אויסגעטראפן??? איך האב שוין צופיל אינוועסטירט דערין.
—
ערנסט גערעדט איין מינוט! איז דאס נארמאל צו שרייען אדער שעלטן אדער אפי’ פאר דעם געלט בענטשן, ווען די ברכה האט ניטאמאל אויף וועם חל צו זיין?
עס איז א אויפפירונג וואס קומט פון נישט טראכטן, און דאס איז די גאנצע וואס איך וויל מעורר זיין. שרייט נישט ווען קיינער הערט נישט! דער גוי טוט דאס. און אויב וועט אייערע קולות נישט ברענגען גארנישט זענט איר א קורע בחמתו! רייסט אייך נישט איבער.
א גוטע נאכט.
תגובות
קיין תגובות.