א קול אין די פינסטערניש
ביי די שווערע שטיגן
פונעם פאלאץ דעם ריזיגן
צו וועלן די שוואכע פוסעלעך זיגן
די כוחות וואו טוט מען קריגן
שלעפט ער זיך געבויגן
א טריט נאך א טריט לייגן
א אטעם א שווערע פארצויגן
קוקנדיג ארויף מיט די אויגן
אין אן אנצוג אן שמוציגן
פון אזא וועג א לאנגן
ווען וועל איך ביים קלאמקע שוין קענען קלינגן
– –
ביים עושר אין פאלאץ
אויפן גאלדענעם טאץ
מאכלים אן קיין שאץ
א אטמאספערע פון פרידן אינעם פלאץ
ציכטיג שיין אן קיין קראץ
צו די טייערע כלים קיין ערזאץ
די מנוחה איבערגעהאקט ווערט
דער שטילקייט צושטערט
א קלאפ פון טיהר מ’הערט
די משרתים גלייך זיך געקערט
ליכטיג אין פאדערצימער ווערט
ווער א באזוך ביים גביר באגערט
ווען דער איינגעפאלענער ארימאן געזעהן ווערט
דער משרת’ל זיינע פליכטן באעהרט
און דעם ארימאן מיט א פרוטה דערנערט
די ארימע אויגן קוקן מיט טיעפע ווייטאגן
אזוי לאנג אהער ארויף צוקומען זיך געטון פלאגן
פאר די פרוטה בין איך דען געקראכן די שטיגן
ביטע אן אוידיענץ ביים גביר וויל איך קריגן
אויפן הארצן א פעקל טוט ביי מיר ליגן
איך וויל אייער האר קוקן אין די אויגן
פארציילן מיין געשיכטע וואס האט מיך באוואויגן
אזא שווערע רייזע מיטן רוקן פארבויגן
וואס טוט מיר דען א פרוטה טויגן
צו טרעפן מיין האר איז גאר נישט אזוי גרינג
נישט ביי די קלאמקע מיט איין קליינעם קלינג
איר דארפט פון פאראויס האבן א באשטעטיגונג
אז איר זענט ווערד פאר אן פערזענליכן זיצונג
דער ארימאן וויינט, איך בין שוין נישט יונג
גענוצט אלע כוחות ממש אלסדינג
אבער דער רצון דער שטארקער האט געהויבן דעם שוואונג
און נאר אזוי דא אויבן דערגרייכט אזוי פלינק
אבער אראפגיין ווי קען איך ווען איך האב נישט קיין ציהל
איך וועל אומפאלן אין אנמאכט פון אזא שווערן שפיל
לאזט מיך דא רוען ביים טיהר נישט צו פיהל
נאר פאר א קורצע וויילע ביז די כוחות זענען צוריק פול
איך וועל נישט שטערן, זיצן דא שטיל
דער משרת’ל באנומען מיט אינערליך געפיל
דערלאנגט דעם אידל א הילצערנעם שטוהל
מיט א ברייטעלע און א גלעזעלע מילך פיהל
דער ארימאן לאהנט זיך אן מיט די אויגן פארמאכט
פון זיין שווערע רייזע אהער ער טראכט
צו דען פאר אביסעלע מילך האב איך זיך אפגעשוואכט
א שווערן וועג מיט אזויפיל צייט פארבראכט
עס גיסן זיך טרערן עס איז נישט געווען לייכט
אזויפיהל געשוויצט און גארנישט עררייכט
און דא זיץ איך איינזאם שפעט אינדערנאכט
א בליץ אינעם מוח שטראלט אין לייכט
די טונקלקייט דעם קול טראגט דאך ווייט מיט פראכט
מיט אלע כוחות צו שרייען ביי זיך אפגעמאכט
דעם נאמען פונעם עושר קלינגט אפ אין די ווייטע נאכט
פאר אונזער גביר עס האט זיך געדאכט
א קול פון די גאס צו אים דערגרייכט
די טונקעלע נאכט טראגט דעם קול גאר קלאר און לייכט
ער הערט זיין אייגענעם נאמען א ווידערקול קלונגען
מיט א קול וואס טראגט זיך ווי יאמערדיגע געזאנגען
דער עושר צום פענסטער אליינס געגאנגען
אראפגעקוקט פון אויבן און פארשטיין אנגעפאנגען
צו וועם טוט די שטימע די וויינעדיגע באלאנגען
אליינס אראפגעקומען דעם ארימאן ענטפאנגען
****
המלך יושב על כסא
עס איז פינסטער שכינתא בגלותא
די משרתים לאזן נישט אן קיין ריכטיגע הכנה
ווער קען דען די טיעפע כוונה
דער אידעלע ביי די שטיגן שטייט
אראפצוגיין איז ער נאכנישט גרייט
פון טיעפן הארצן ער שרייט
מען הערט אין די פינסטערניש ווייט
ה – מ – ל – ך
תגובות
קיין תגובות.