זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

דאס בילד (פאעזיע)

26 יאנואר 2015, 21:21 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

בראשית ביים אנהויבן
זיך געטון ערלויבן
א שטאב מעלער באצאלן
שיין אראפגעמאלן
געארבייט מיט געדולד
און געשאפן “דאס בילד”.

אריבער די צייטן
א מאשינקע גרייטן
באשיצט די זייטן
געשטעלט פונדערווייטן
פונקען צום לייכטן
א פלאסטיק א פייכטן
גענעכטיגט געהיטן
געפוצט געשניטן
געארבייט מיט געדולד
געשאפן “דאס בילד”

פארגעשריטן וויל מען
די הייקאלע פילמען
א מטבע שילמ’ן
אפשר געלונגען
א פאטאגראפיסט דינגען
צום עקספערט געטרויען
ערווארטונגען בויען
דעם פילם דעם רויען
ווארטן מיט געדולד
צוריקבאקומען “דאס בילד”.

פלוצים א כאאס
קיין בליצן, קיין שאס
יעדער האט דאס
דער פילם פארשטופט
יעדער שמויגער קליפט
רעזולטאטן אין א רגע
דער טעלעפאן נגע
יעדער ווערט א פגע
די אויג פארבלענד
מ’דרוקט דעם סענד
אן רחמנות גאר ווילד
אומגעראכטן “דאס בילד”

נמאס פון בילדער
נמאס פון געפילדער
פון אלעם ערשעפט
איבעראל סנעפט
א בילד אין א בליק
א אומשולדיג דרוק
פאר די וועלט א שיק
פון איין טעות אומשולד
די גאנצע וועלט זעהט שוין “דאס בילד”.

זיי נישט טועה
אלס געווען עין רואה
איינער קוקט
איינער שיקט
איינער דרוקט
איינער בליקט
דעליט קליקט
לאנג צעמזיק’ט
צעריסן צעפליקט
גייט נישט צוריק

חדש ימינו כקדם
נישט פאר יעדעם
העלפט אביסל תשובה
חרטה קבלה עזיבה
בילד פארמעקט אינגאנצן
ווי ניי גלאנצן
בנים למקום
כנייר חדש נמחקים
השיבנו ד’ אליך
רחם על בניך

תגובות

קיין תגובות.

→ אז מען לייגט אריין – נעמט מען ארויס (פאעזיע)ווייס ליכטיג (פאעזיע) ←