מיין פובליק טעלעפאן
קום אריבער צו מיר אין שטוב, איך האב פאר דיר אפאר טעלעפאנען אוועק צו געבן.
וואס הייסט?
האסט נישט גוט געהערט? קום אריבער איך האב 4 קארדלעס טעלעפאנען, 2 פארהאנקערטע ווייער טעלעפאנען, און נאך אפאר וואס ארבעטן נישט, אפשר אז וועסט לייגן א בעטערי א נייע וועט עס דינען פיין.
און פארוואס ווילסטו מיר עפעס אזוי סתם אוועק געבן דיין טעלעפאן? און וואס וועט זיין מיט דיר? דיך וועט מען נאר טרעפן דורך די פאסט?
אז דו פרעגסט וועל איך דיר מסביר זיין.
דו ביזט דאך סיי ווי בעל הבית אויפן טעלעפאן מיינעם. דו קלינגסט ווען דו ווילסט, דו שפירסט ניטאמאל פאר וויכטיג צו זיין אויפן צווייטן זייט טרייבל, דו שטעלסט אן א מאשינקעלע זאל מיט מיר שמועסן, פשוט ווייל דיין טעלעפאן ביי מיר אין שטוב זאל נישט פארזשאווערט ווערן.
דעריבער בעט איך דיר נעם דיר דיין טעלעפאן וואס הענגט ביי מיר אין שטוב און לייג עס אריין אין השבת אבידה שטיבל אין קאנארסי, און דערנאך שטעל אן דיין מאשין און מאך משוגע די פארלוירענע חפיצים וועלכע זוכן אביסל קאמפאני.
הער מיך איין, דו פארשטייסט נאך אלס נישט? די חוצצפה פון זיך איזדיקעווען אויף מיין טעלעפאן בייטאג און ביינאכט גייט אריבער אלע גרעניצן. עס לאזט זיך גאר זאגן אז דיין אוממענטשליכקייט נעמט זיך פון האבן אין קאפ א כמורע אנשטאט א מוח. איך ווייס נישט פארוואס דו שפירסט אז דו מעגסט מיך רופן אינמיטן די נאכט ווייל דו מאכסט א סעיל, און ניטאמאל פרעגן קודם שטילערהייט: ששש דו שלאפסט שוין? נאר גראד אנהייבן מיט א הויכע שטימע: קומט אין מאסן!!!
עס איז א רואיגער ביינאכט, מ’האט שוין געלייגט די קינדערלעך שלאפן ב”ה, און מ’גרייט זיך אליינס צו גיין אפרוען נאך א שווערן טאג ארבייט, און דו באטריגער, נידריגער שוויין, זעהסט נישט קיין פראבלעם צו קלינגען 4 מאל תקיעות גדולות, און ווען איך הייב אויף לאזטו ווארטן א סעקונדע און אמאל מער, כדי צו ציען דעם נערוו צו א געוויסן הויכפונקט, און הערשט דאן הערט מען דיין אומפארשעמטן קול ענות ווי דו שרייסט פון איבער די לונגען איבער א סעיל.
שעם דיך פון די מענטשהייט, און שעם דיך פון די בהמות צוגלייך, ווייל צו זיין אזוי נידריג דארף מען זיין א בושה אויף די קעלבער. אויב שפירסטו פאר וויכטיג מיך אויפצוועקן ווייל דו מאכסט א סעיל, טוה עס אליינס, לאמיך מיט דיר שמועסן. נישט דריי דיך הינטערן דאכענע ווען דיין טעלעפאן קאלל צירקולירט ביי אנדערע.
אויב ווילסטו דוקא יא קאללן אידן אינמיטן די נאכט משוגע מאכן, מאך דיר א ליסטע פון נדבנים וואס זענען גרייט צו ספאנסערן א אינטש פונעם מח פאר דיינע קאטאוועס, און הערשט נאכדעם מעגסטו רופן.
אויב ביזטו גרייט צו באצאלן מ’זאל דיך אויסהערן, קום מיט א פלאן, און לאמיר עס געהעריג אויסשמועסן.
ביזדערווייל האב איך נאך נישט באקומען קיין שום אפפער צו זיין דער קרבן אויפן צווייטן זייט טעלעפאן פאר א סכום געלט, און דערפאר בין איך בשום אופן נישט מסכים זאלסט מיך קאלן אהיים נאר אויב דו אליינס ביזט אויפן טעלעפאן איך זאל דיר קענען ענטפערן ווי עס קומט דיר.
נעם אראפ מיין טעלעפאן נומער פון די ליסטע וואס דו נוצט, אדער קום אפנעמען “דיין” טעלעפאן וואס ליגט ביי מיר אין שטוב.
דאס אינטערסאנטסטע פון אלעם געפעלט מיר נאך דיין בעה”ב וועלכער מאכט געשעפטן מיט מיין טעלעפאן נומער, און פארקויפט עס פאר אנדערע נצרכים וועלכע האבן דעם זעלבן פראבלעם ווי ער.
פארוואס צאלט מען מיר נישט פאר מיין טעלעפאן נומער? נאר פאר דיר? אלזא ס’איז דיינס? קום און נעם עס… און לאמיר איבערמישן דאס בלעטל.
—–
רבותי! איך האלט ס’איז צייט צו טוהן עפעס איבער דעם פראבלעם. איך פון מיין זייט האב איך שוין גערעדט צו די פיט”א ארגעניזאציע, און זיי געווארנט אז ווען מ’גייט זיך נעמען צו די ביינער פון די פערדן זאלן זיי נישט קומען שרייען אז עס איז צער בעלי חיים, ווייל מענטשן זענען אויך אין א געוויסן זין בעלי חי…
ס’איז צייט אריינצוציען טעלעפאנען אין טיער גארטן, אז די זאלן קענען רופן זייערע אייגענע קרובים. אדער אויב קען איינער אויפקומען אויף א בעסערן פלאן, לאמיר עס מאכן פאסירן.
מיין השקפה ראשונה’דיגער פלאן איז: מאכן א פעטיציע וואו הונדערטער זאלן זיך אינטערשרייבן אז ווען מ’קריגט א טעלעפאן קאלל פון אויטאמאטישע מאשינען איבער א סעיל אדער אנדערע גוטע נייעס פון דעם סארט, וועט מען עס באיקאטירן נישט קיין חילוק ווי ביליג אדער גוט דער געשעפט איז. איך מיין אז דאס וועט האבן א גאר גוטן אפקלאנג.
וואס זאגט איר? וואס קען מען טוהן?
תגובות
קיין תגובות.