אויפן וועג אהיים
[בילד]שוין דורך א צייט פון ווען איך האב געשריבן מיין עקספיריענס אויפן וועג צופרי אויפן באס. דער עולם האט מיר געבעטן צו שרייבן א אשכול איבער מיין רייזע אהיים, וזה החלי:
די וועג אהיים איז גאר א אנדערע מסכת צוליב כמה טעמים:
1. אפילו די וואס זענען נאך כמו רואיג אויפן וועג אהין, זענען שוין געצויגן אויף טויזנט ווען מ’פארט אהיים. מאנכע צוליב דעם שווערן טאג וואס זיי האבן געהאט, און איך שטעל זיך פאר אז מאנכע צוליב דעם שווערן טאג וואס ווארט זיי אינדערהיים (איך האב פרואוו אויף דעם…)
2. אפילו די וואס זענען יא אין א גוטע גיסטע, זענען פיל מאל אין צי געהויבענע גיסטע’ס אויפן חשבון פון אלע מיטרייזנדע.
3. נאך א אינטערסאנטע מציאות איז אז דער באס איז פול מיט הונגעריגע מענטשן, אזוינע וואס בלייבן הונגעריג וויסנדיג וואס ווארט זיי אינדערהיים, און אזוינע וואס זעטיגן זיך אויף דעם באס (גיבן נישט פאר קיינעם קיין ביסן, יעדער קוקט מיט קנאה)
4. ואחרון הכביד, אז אויפן וועג אהיים מאכט זיך ווען עס קומען אויך פרויען און קליינע קינדער, און דעמאלס איז די מסכת מיטן נאמען “מסכת שלא כתובה בתורה”.
והנה:
מיין ארבעטס פלאץ איז היבש ווייט פון דעם באס סטאפ העכער די הייוועי, איך זיץ שוין נערוועיז אין די ארבעט פון א דריי פערטל שעה פאר די באס פארט, ווייל איך ווייס נישט וואס מיין באסס וועט נאך אלס בעטן פון מיר צו טון פאר איך קען גיין, און אויב ווער איך ביזי די לעצטע מינוט, איז שם תהא ביז די נעקסטע באס, סאו איך פאנג אן מודיע צו זיין במודעים ובלא מודעים אז איך גיי שוין באלד. איך דריי מיך ארום מיט א פארקנייטשטן שטערן, איך טוה אן דעם רעקל, איך האלט מיין טאשקע אין די האנט, זאל יעדער זעהן דעט איי עם אבאוט טא ליעוו.
אין א געלונגענעם טאג פארלאז איך דעם ארבעטס פלאץ 10 -15 מינוט פאר באס טיים, און איך נעם זיך לויפן… ווען איך זאג לויפן, מיין איך לויפן ווי א קינד… איך לויף מיט מייין טלית בייטל אין איין האנט, און א קאווע אדער אנדערע געטראנק אין אנדערע האנט, און ווען אומווילדיג קלאפ איך זיך אן אין איימיצן (אזוי ווי פאריגע וואך איז געשען… סאררי) שטעל איך זיך נישט אפ צו ענטשולדיגן ווייל איך האב נישט צייט, אבער איך שריי הויך “סאררי” אזוי אז ווער עס דארף הערן זאל הערן.
איך קום אן צום באס, דערמאן איך מיך געוויינליך אז איך האב שוין לאנג באשלאסן נאך אין ארבעט ארויסצונעמען דעם טיקעט פון ביכל אזוי אז איך זאל נישט דארפן פארן באס ארויסשלעפן מיין גראבן בערזל מיט מיינע מקוה קארטלעך און קרעדיט קארטלעך, און האבן עגמת נפש, אבער אזוי איז יעדען איינציגן מאל, איך שלעפ קוים ארויס דעם בערזל כלאחר יד, און מיין טאש בלייבט געוויינליך פארהאנקערט צוליב מיין אומבאלימפערטקייט, און אזוי פאנג איך אן ארויפצושטייגן, ווען אינטער מיר שטייט שוין א אידל וואס אטעמט אויך שווער פון זיין גאלאפ, און ווען ער זעהט ס’נעמט מיר צו לאנג, אטעמט ער מיר אריין אין רוקן אז איך זאל וויסן זיך צו רוקן. (איך ווייס וואספארא רוקן ער מיינט)
איך בין שוין ב”ה אריבער דעם גרעניץ און איך טרעף זיך זוכן א זיץ. אנדערש ווי אינדערפרי מוז איך מאכן דעסיזשן’ס זייער שנעל און דראסטיש. אויב זעה איך איימיצער וואס איז צו היימיש און וויל מיר מאכן פלאץ ווייס איך דארט נישט צו גיין, ווייל ער האט זיכער א מעשה צו פארציילן, און איך וועל נישט קענען שלאפן מיין שינת צהרים. אויב זעה איך א ליידיגע זיץ בין איך דארט נאך פאר מען קען ענדיגן א בלינק מיט די אויגן. און ערשט נאכדעם אבזערוויר איך דעם ארום.
איך לייג אראפ די חפצים, איך פרוביר צו קוקן אויב די זיץ ארבעט (איך מיין צו זאגן צו ס’קען זיך אויסלייגן אביסל און אויב ס’האט א האלטער פאר די פוס) און נאכן זעהן אין וואס איך האב אריינגעפאטשקעט בין איך משלים מיטן מצב און זעץ זיך אנידער. איך כאפ מיין טעלעפאן ווייל געוויינליך נאכן ווארטן אגאנצן טאג איינער זאל מיך קאלן, געשעהט עס נאר ווען איך קען נישט אויפהייבן, און איך קוק אויב איך האב מיססד קאללס, און אויב מאכט זיך אז איך האב נישט, מאך איך אויך א פנים ווי איינער וואס וואונדערט זיך (נישט אויפן פאקט אז קיינער זיכט מיך נישט, נאר כאילו איינער האט מיר געשיקט א גאר וויכטיגן טעקסט מעססעדזש) און איך צושמייכל מיך לייכט אזוי ווי איך העט ווען געטראפן א סאלושן פאר דעם גאר געהויערן פראבלעם.
דער עולם זעצט זיך, און איך פאנג אן הערן\זעהן\שפירן, ווער מיינע מיטרייזנדע זענען. איך זעה ווער עס מאכט זיך גרייט צו לייגן ר”ת תפילין, (אויב האט ער א גאר דיקן גארטל מיינט עס אז שלאפן וועט מען מארגן) איך הער ווער עס איז אויפן טעלעפאן און לויטן שמועס אויב הער איך אז עס רעדט זיך פון שידוכים מיינט דאס אויך אז שלאפן וועט מען אנאנדערס מאל, און דערנאך שפיר איך דעם גערוך פון די פיינע אינדיאנע עסן וואס מיין שכן האט זיך איינגעהאנדלט, און אויב זיצט ער באקוועם מיטן טעלער אויפן שויס, און א בלוטוט אין אויער, מיינט דאס אז ער גייט יעצט הערן קול מבשר און איך בין פערטיג מיט מיין שלאף…
דער באס נעמט אויף נאך רייזנדע. איינער קומט אריין אין מיין סיעט און זעצט זיך אראפ האלב אויפן זיץ און האלב אויף מיר, איך בין פאראלאזירט. איך קען נאר רירן איין האנט. (אה, ער כאפט זיך שוין פארוואס ער איז אזוי באקוועם, און ער רוקט זיך ארויף אביסל, איך האלט מיך איין פון זאגן שכוח, כלומרשט דארף איך נישט באמערקן די מיסטעיק…)
ווי נאר מ’לענדעט אין דעם בי קיו אי, פאנגט זיך אן א גערודער ערגעץ אינמיטן די באס, וידבר… אשרי… ווער דאוונט פארן ברעטל? וועלכע ברעטל? נישטא קיין ברעטל! פיינעלי האמיר אונז א אינגערמאן וואס איז אלס א בעלן צום דאווענען (געבענטשט זאל ער זיין) און ער קען אפילו אמאל דאווענען סיי אנהייב וועג, און סיי סוף וועג ווען איינער דערמאנט זיך אז ער האט נאכנישט געדאוונט, ער איז אלס אוועילעבל (שטאמט זיכער פון א שבט מיט בעלי תפילות) און מיט זיין וויגענדן קול זאגט ער אפ דעם קדיש, אבער כדי מ’זאל נישט מיינען אז ער האט דאס ליעב מענעדזשד ער צו זאגן נאר די לעצטע ווערטער ביים אויסלאזן, און די איבריגע מורמלט ער ווי איינער זאגט “שוין אז ס’איז נישט דא קיין ברירה במקום שאין אנשים…”
שמונה עשרה, איז פונקט ווי אינדערפרי, די נייע שטייען און די אלטע זיצן, אבער דא איז יא דא א גרעסערער ציבור פון עלטערען דור וואס שטייט, און זיי נעמען דאס אן ווי א חלק פון מסירות נפש פאר אידישקייט, אסאך מאל אויפן חשבון פון א צווייטנ’ס מסירות נפש.
דער בעל תפילה נעמט זיך גראגערן, און בשעת דעם פאסירן די פאלגענדע (טשיקאווע נעמען)
ראובן ענטפערט א טעלעפאן קאלל אבער ער הערט נישט זיין אייגענע שטימע ווייל ער זיצט אין בעק סאו שרייט ער אזוי הויך אז ס’זעהט אויס ווי מ’האט שוין אנגעהויבן קדושה, און יעדער טאנצט קדוש.
שמעון ענדיגט אויפעפענען זיין אינדיאנע פארציע, און ער ווארפט פלעסטיק בעג’ס רעכטס און לינקס אנצוקומען צום זויער פיקל, און ביזדערווייל זעהט אויס ווי ס’איז א באווארפן.
לוי, לאזט נישט יהודא אויסטרעטן ווייל ער האלט נאך ביי מודים, (ביי זיך קלערט ער זאל ער נישט זיין קיין אויבערחכם און נעקסטיים בלייבן זיצן ביי שמו”ע)
יששכר שפרייט אויס א צייטונג א חלק איבער זיין איבערגעבויגענעם שכן וואס האט געכאפט א דרימל, (ער ווייסט נישט אז די גאנצע נייעס איז יעצט אויף זיין פלייצע…) און ער האפט אז ער וועקט זיך נישט אויף ביז ער ענדיגט די סעקשאן.
זבולון טענה’ט זיך מיט זיין ווייב אויפן טעלעפאן אז אויב מ’פארט יעצט ארויס מיינט עס ער וועט אנקומען פונקטליך . . . . . אזייגער. (ס’זעהט אויס אז זי טענה’ט פארקערט… איך וויל נישט איבערפרעגן)
נפתלי גייט ארום מיט די פושקע (ער פאנגט נאר אן צו גיין, די איבריגע לאזט ער אויף הקב”ה ער ווארפט זיך פון מעכל צו רעכל צום קנעכל, און אזוי קומט ער אן ביזן סוף ווען ער באונסד צוריק פון די וואנט פון די באס. פאר די וואס פארשטייען….)
אה איך האב שיעור פארגעסן, אינטער די פירהאנג הערט מען א קינדערגארטן, ווייל איין אינגעלע קריגט זיך מיט א מיידעלע ווער ס’זאל זיצן ביי די ווינדאו, און די מאמע קען נישט שלום מאכן, דער טאטע זיצט רויט צווישן אלע “נארמאלע” מענטשן, אבער ער זעהט נישט אויס ווי ער גייט זיך וויסנדיג מאכן, ער עקט אזוי ווי ער וויל אויך וויסן ווער דער פארשוין איז וואס האט דא געברענגט בעיבי סיטן אויפן באס.
שוין מ’ענדיגט מנחה, איך ווייס נישט פארוואס אבער איינער איז דא וואס זיצט אפאר זיצן פאר מיר, און עפעס אלס זעהט עס אויס אז גראד נאך מנחה פאנגט ער אן “לדוד” כאטש ס’איז נישט אלול, איך ווייס נישט וואס ער זאגט דארט, אבער אלעמאל מיט דעם רעזיגנירטן ניגון פון לדוד. (איך וועל פרובירן אויפצוכאפן)
יעדער זיצט שוין (פארשטייט זיך אויסער דער וואס האט אנגעהויבן לייגן פריער ר”ת תפילין, געדענקסט נאך?)
מ’מאכט זיך באקוועם, מ’שטעקט אריין די עיר פיסעס אין אויער, מ’לייגט אראפ די הוט (עלטערע לייגן עס סתם אויפן שויס און לאנען זיך אן. און די יונגערע ווארפן עס ארויף אפאר מאל ביז עס געלונגט אינעם אווערהעד קאמפארטמענט)
אפאר פרובירן צו שלאפן ווילאנג די קליינע קינדערלעך לאזן, און די איבריגע האבן שיעורים, ווער אין משניות ווער אין טיעפערע לימודים, איך זעה אפילו איינעם וואס ברענגט מיט ריזיגע קאפיע’ס פון א ווילנא ש”ס, איך וויל אים זאגן ס’איז דא קלענערע, אבער איך וויל נישט פארנעמען זיין אפעטיט פון לערנען, סאו זאג איך גארנישט.
איך פאנג אן צו ענטפערן טעקסט מעססעדזשע’ס, און אויב איך האב נישט פאר וועם טרעף איך שוין…
ס’איז שא שטיל…
ברררררררררר. איינעם’ס טעלעפאן איז אנגעשטעלט ווי א אמאליגע ראטערי פאון, און ס’גראגערט, אבער ער שלאפט… (ס’זעהט אויס ער איז געוואוינט צום גרודער) מ’הערט זיין טעלעפאן צוזאמען מיט זיין שנארכעצריי, ס’ווילט זיך אים אויפוועקן, אבער גזל שינה…
ברררררררר. ווידעראמאל, און דאס מאל וועקט ער זיך אויף און האקט אויף זיין טעלעפאן ווי איינער דרוקט סנוז, מיט רציחה, און ווען ס’גייט נישט כאפט ער ערשט וואס דא גייט פאר און הייבט אויף מיט א פארשלאפענע שטימע. (ס’זעהט אויס ווי סאך הכל איז עס געווען א קאלעקשן קאלל ער האט גלייך אראפגעהאקט, =אדער די באבובע לאטא=)
ס’ווערט רואיגער ביז… די קינדערלעך האבן זיך אויפגעוועקט, און דער ר”ת מענטש האט געענדיגט לייגן תפילין, און ס’רודערט זיך א געפילדער אז מ’קען דול ווערן.
איך זעה א אינטערסאנטע עפיזאד, אז ווען דאס געשעט אז מ’קען נישט ווייטער שלאפן, רעדן זיך צונויף מענטשן וואס וואלטן קיינמאל אין ווארט נישט געקומען, און זיי רעדן פון אלס און אלעמען אבי נישט צו געדענקען אז זיי זענען אמאל געשלאפן אדער געוואלט שלאפן.
די טרעפיק איז געדעכט אבער ביי חיים פריינד’ס באסעס איז דאס אירעלעווענט, זיי פארן ווי גארנישט וואלט געווען (פרעג מיך וויאזוי? איך ווייס נישט! גוד דזשאב עניוועי)
ווען מ’איז שוין ביים טרווועי זעהט מען שוין די הערשעלעך און די פלאנצונגען אין די זייטן, עס איז ערליך, מ’קען זיך איינרעדן (ווער ס’וויל) אז מ’פארט אין קאנטרי.
מ’פאלט אריין אין בעיקערטאון און מ’סטאפט ביים פארק ענד רייד, רוב עולם לויפט אראפ און אטעמען ווי זיי לויפן ווען שוין פאר צוויי שעה, און אלס מאכט זיך איינער וואס ווען די באס סטאפט וועקט ער זיך ערשט אויף און מאכט קולות “איין מינוט, איין מינוט” און מורמלט זיך אונטער “ווי יאגט ער זיך”
יעצט הערט מען געווענליך פון אונטערן פירהאנג “איר מאכט א סטאפ ביי אולם עקשטיין?” איר פארט ארויף אויף סקאנעמאנק?” ווי גייט מען אראפ צו קאזניטץ?” וכו’ וכו’
דער באס דרייט זיך מיט שוועריגקייטן אויף די שמאלע ראוד’ס אבער מאכט דאס גאנץ גוט, מ’ווערט אויפגעשאקלט ווי צו ענדיגן דעם טריפ בכי טוב.
און דא קומט דער קלימאקס: איינער גייט אויף זענטא???? שרייט דער דרייווער, ער מאכט יעעצט דיסיזשאן’ס ווי צו פארן, און אינטער אים דרייט זיך איינער ארום און פרעגט דעם עולם ווער ס’קען אים פארקויפן א טיקעט (ער האט זעהט אויס געמאכט די מעט אז ס’קומט אויס ביליגער) און אויך א צווייטער וויל וויסן ווי מיין קאר איז געפארקט און צו איך פאר דורך זיין געגנט, ווען ער זאגט געגנט מיינט ער גאנץ קרית יואל, ווייל ווען איך ענטפער אז איך וואוין אין עצי תמרים האט ער נישט קיין פראבלעם מיר צו זאגן אה סאו לייג מיך אראפ ביים שאפינג סענטער…. סאו איך זאג גארנישט)
עני וועי: איך בין ב”ה אנגעקומען אינדערהיים, און די טאג פאנגט זיך אן….
תגובות
קיין תגובות.