ביזנעס אויפן באס
געשריבן געווארן אויף אייוועלט.קאם
א גוטן אייך מיינע טייערע קאלעגען ווי איר זעהט בין איך א נייער דא אין קרעטשמע. איך בעט אייך דעריבער איר זאלט מיר לאזן וויסן צו איר האלט איך בין אויפן ריכטיגן פלאץ אדער דארף איך זיך זוכן עפעס מער ווי א שנאפס. איך בין א ביזנעס מאן וואס וואוינט אפסטעיט און קומט אויס צו פארן אסאך מיטן באס קיין ווילי אדער ב”פ פאר געשעפטן, איך פאר נישט מיט קיין קאר וויבאלד עס מאכט נישט קיין סענס מאראליש און פינאנציעל.
מאראליש: ווייל עס איז גענוג אנגעשטויסן דארט אן מיר, און אזוי וועט נאך א פארקינג זיין פארנומען פאר די כולל אינגעלייט וואס באקומען קאר’ס לשם האבן, און דארפן עס רוקן יעדן טאג.
פינאנציעל: פשוט! טוט די מעט! טאלל + געז + עגמת נפש – א באס טיקעט =…. און איר וועט פארשטיין וואס איך מיין. אבער… ווי זאגט די וועלט, אלעס שטימט אויף פעננע און פאפיר, די שאלה איז נאר צו איז דער באס יא א אפציע? און דאס וויל איך אייך אביסל באקענען מיט אט דעם ארטיקל. און זאגט איר מיר וואס זאל איך טון? זאל איך מיר רעכענען מיטן פאפיר? אדער מיטן קאלטן מציאות.
ויהי בימי, איך האב אנגעהויבן צו נוצן דעם באס, אויף א מער רעגולערן פארנעם, והנה איך זעץ מיר ארויף פארטאגס מיטן גאנצן אייפער איך האלט מיין טלית בייטל אין איין האנט (קען שוין קוים ווארטן צו דאווענען אויפן באס… מ’זאגט ס’איז גאר געשמאק) און א קאווע אין די צווייטע האנט, און צווישן די פינגערס שטעקט זיך ארויס א צווואנציגערל טיקעט וואס איך האב מיט שוועריגקייטן אראפגעריסן פון מיין נייע גלאנציגע טיקעט ביכעלע. איך קוק מיט ווייטאג ווי דער דרייווער נעמט די שיינע טיקעט און צוקנייטשט עס, עניוועי וויי דא איי קער, איך גיי זיך זוכן א פלאץ, און כדי צו זיין זיכער אז איך בין נישט קובע מקום אויך א מקום קבוע, לייג איך מיין הוט אויף איין זיץ מיין טלית בייטל אויפן צווייטן און מיין קאווע אויף א דריטע (דארט פלאן איך נישט צו זיצן ווייל ס’וועט זיך לכאורה אויסגיסן און א צווייטער וואס ווייסט נישט אז ס’איז יסודו בקאווע וועט זיך דארט באזעצן און קיינמאל נישט וויסן וואס האט פאסירט).
איך האלט נאך אינמיטן אנאליזירן מיינע פלעצער און קען נישט באשלוסן ווי לוינט זיך צו זיצן (זאת אומרת אויב ס’ווענדט זיך ווען אין מיר) סברא לכאן, אז די רעכטע זייט איז בעסער ווייל מ’קען ארויסקוקן און גלייך אריינקוקן אין די פארבייפארנדע קאר’ס, ווי אויך איז די זון אויף די אנדערע זייט און שיינט אין די אויגן, סברא לאידך, אז די לינקע זייט איז בעסער ווייל מ’קען דארט האבן א בעסערע סינערי ווען די באס איז אינעם טונעל, מ’זעהט גראד די ציגלנע ווענט און מ’קען זיי ציילן שטאט. אזוי קלערנדיג אהער און אהין אפוועגנדיג מיינע אפציע’ס כאפ איך א שאקל, מיין קאווע איז גראדע (נאכ)נישט אויסגעגאסן, אבער אזא שאקל אנהייב טאג לאזט א רושם.
דער באס רירט זיך היידא מ’פארט. איינע פון מיינע באסמעיט’ס וואס קען מיך נאכנישט, קוקט מיך אן פון אויבן אראפ, ער וויל מיר פרעגן זעה איך צו איך וואוין אין די נייע אדער אלטע געגנט, ער וויל וויסן ווילאנג איך וואוין שוין דא און צו איך האב קינדער, און אויב יא וויפיל? ער וויל אויך וויסן מיין פרנסה אומשטענדן, און צו איך האב א אייגענע דירה, און אויב נישט ווער עס איז מיין לענדלארד און אויב יא צו ס’איז אויסגעצאלט, און אויב יא וויאזוי איך האב עס באוויזן און אויב נישט וואס איך פלאן צו טון און אויב ….. (לאמיך כאפן דעם אטעם) איך פארשטיי אלעס וואס ער וויל פרעגן, אבער למעשה פרעגט ער גארנישט, ער קומט נענטער און נענטער און גיט זיך א רוק נעבן מיר ווי איינער זאגט “אינגערמאן דא איז נישט באקוועם צו שטיין, עס איז מיין פלאץ” איך פארשטיי אויפן ווינק און איך הייב אויף מיינע חפצים לויף כאפן די נעקסט בעסטע סיעט און זעץ זיך אריין.
איך באמערק א אינטערסאנטע זאך אז יעדער זיצט אויף די זיץ צום מיטן פון די באס נישט ביים פענסטער, צוויי מענטשן זעה איך וואס טוען עס ווייל זיי ווילן ניט נכשל ווערן מיט שמירת עינים, אבער די איבריגע זען מיר אויס ווי זיי ווילן נישט נכשל ווערן אין אומגעוואונטשענע הכנסת אורחים. איך בלעים זיי נישט, איך בין פונקט אזוי עס איז שווער פארצוזאגן ווער עס וועט זיך מיט דיר היינט אריינזעצן אין סיט, און נאכדעם דיר מאכן א שעה עגמת נפש, בעסער נישט נעמען די ריסק, און זיך מאכן ווי מ’האלט אין טיעפן שלאף און אנפילן די זיץ ביים פענסטער מיט בעג’ס און באקסעס און א טלית בייטל, מיט קאווע, זאל יענעם פארגיין די אפעטיט צו וועלן אריינקומען דא.
אלנספאלס, מ’פארט, מ’שאקלט און מ’איז שוין באלד אינדרויסן פון שטעטל, מ’קומט אן צום פארק ענד רייד, און ס’לויפן אידן פון אלע זייטן, מ’כאפט דעם באס און יעדער (וואס האט נאך פלאץ) זעצט זיך אראפ און מ’פאנגט אן: מ’פאנגט אן וואס? פרעגט איר! אה! איינער פאנגט אן צו זאגן פארנט! א צווייטער זיצט און פאנגט אן צו איבערקוקן אלע זיינע בלעקבערי מעסעדזשעס, (א נענטערע בליק פירט מיר צו גלייבן ער קוקט VIN נייעס) א דריטער פאנגט אן לשם יחוד, איינער פאנגט אן צו ארום גיין מיט די פושקע, און געווענליך די זעלבע יעדן טאג זענען דא אפאר וואס פאנגען אן צו קאמפלעינען! דאס איז נאך די אינטערסאנטסטע. צום ביישפיל מיין שכן (נישט אין מיין סיט אבער גענוג נאנט איך זאל זעהן און הערן און זאגאר …. שפירן) זעצט זיך אראפ יעדן טאג מיט די זעלבע נוסח, “שוין ווייטער שפעט! איך פארשטיי דאס נישט” אויב איז נישט דא נאך איינער אין א גוטע מוהט אויפן באס, גייט זיין קאמפלעינט אומגעענטפערט און ביז א האלבע מינוט האלט ער ביי קאמפלעינט נומער 2 “מיין סיט ריקט זיך נישט” די ערקאנדישן ארבעט נישט! פארוואס גיט ער סטים? ווי איז דא א סידור? פארוואס גיט מען נישט קיין תהלימלעך מיט גרעסערע ווערטער? א ברילן נומער 3 וואלט אלס געמעגט זיין אוועילעבל, ווי נישט ווי צאלן מיר טיקעט’ס וכהנה…. אויב אבער איז דא איימיצער וואס האט שוין אויך געהאט א קאווע צוויי אדער איז היינט אויפגעשטאנען סתם אזוי אויף די רעכטע זייט, וועט זיך אנהייבן א געטועכטס, מען וועט זיך פארהערן און טענה’ן צו די קאמפלעינט איז מאסגעבנד צו נישט, על פי רוב וועט מיין שכן ענדיגן בערך אזוי “ר’ איד די ווייסט וויפיל יאר איך פאר שוין אויף דעם באס צום גוטן? איך האב געקענט זיין דיין טאטע! סאו זאג מיר נישט צו ס’איז פרי אדער שפעט!
עכ”פ דער בעל תפילה (געוויינליך א גאר באטעמטער אינגערמאן חצי עסקן און חצי עובד, מער די סארט וואס במקום שאין איש איז ער זיך משתדל, אמאל אמאל אפילו ווען עס איז יש איש) פאנגט אן צו שרייען קולות די ברכות פון צופרי, און ער טוט גוט אז ער שרייט ווייל אז נישט ווער וועט הערן אין אזא ריזיגן באס. אבער איך גיב זיך אכט נישט צו זיצן צו נאענט ווייל איך האב מורא פון די קולות. אויף אונזער באס איז דא איינער וואס ענטפערט הויך נאך און די איבריגע עולם האט אינזין צו פטר’ן, אבער וואס קען מען רעדן, עס איז שווער צו טון אזויפיל זאכן אויף אמאל.
איר פרעגט א שטייגער וועלכע זאכן? האט איר שוין אמאל פרובירט צו טון די אלע זאכן אויף אמאל? (איר קענט אודאי די מעשה מיטן אלטן וואס האט זיך געגרויסט אז ער קען זינגען און פוצן די ציין באנאזאם….) 1. דאווענען 2. פארן 3. שאקלען. 4. קוקן פון פענסטער 5. אריין קוקן אין סידור 6. בליקן אויף טעקסט מעססעדזשעס. 7. איר דארפט נאך? דא קומט די שווערסטע חלק: מ’דארף אנטון דעם טלית, און דאס קען מען נישט טון זיצנדיג, (הגם איך האב שוין לאנג געקלערט צו האבן א ספעציעלע באס טלית די שאל טליתים וואס מ’טוט אן אפילו ליגנדיג, עס האט די ברכה אויסגעפרינט אויפן עטרה) און דער באס ווארפט זיך און מ’שטעלט זיך צווישן צוויי סיעט’ס און פרובירט מיט די פוס זיך צו האלטן גראד, און זייער אסאך מאל בשעת די עטיפה ווען מ’איז פארפלאנטערט אינטערן טלית גיט זיך דער באס א להכעיס,דיגער שאקל און מ’טרעפט קוים די וועג ארויס, (א גאנצע שאלה פון נאך א ברכה: ברוך שעשה לי נס במקום הזה) פיינעלי מ’זעצט זיך אראפ מיט א רציחה, ווי איינער וואס וויל בלייבן זיצן אויף אייביג ר”ל און מ’פאנגט אן צו דרייען די רצועות, ערשט נאכדעם מאכט מען זיך באקוועם מ’עפנט די סידור, מ’פאררוקט די פארהאנגען, מ’אבזערווירט די שכנים און מ’פאנגט אן צו מורמלען. מ’האלט שוין ביי ברכו, און מ’פארט ווייטער, עס איז שוין שטילע שמו”ע מ’הערט נאר שטילע מורמלערייען, און אפאר שנארכעצער פון פארשידענע זיצן, אבער מער ווייניגער איז אלעס אן טארגעט, ביי שמו”ע איז געוויינליך ווי עס ווערט טרעפיק, און דער באס פארט און ברעיקט און פליט אויף איינמאל, סאו עס איז כמעט אוממעגליך זיך צו האלטן גראד, דאס איז א מעלה לגבי מודים און די השתחוואות, ווייל עס בוקט זיך פון זיך אליינס, אבער ביים קלאפן סלח לנו, קען עס אמאל פון א קליין קלעפעלע ווערן א זעץ צום געדענקען. ווער רעדט נאך אז דער שכן קען עס כאפן אמאל. שוין מ’זעצט זיך אנידער (נאר די וואס דאווענען שטייענדיג, געוויינליך די נייע קומער’ס וואס שעמען זיך צו דאווענען זיצנדיג) און מ’פאנגט אן צו אויפדרייען און אפדרייען די רש”י די ר”ת און אזוי ווייטער, ביי נקדישך הייבט מען זיך אינטער נאר ביי קדוש און די איבריגע פארשטייט מען שוין אליינס. מ’האלט ביי תחנון! וואס האב יאך געזאגט? תחנון? נעע דאס געשעט נישט יעדעס יאר, עס איז נאר ה’ אייר און אמאל אמאל אין א פארכמורעטען חשון טאג, געוויינליך איז אדער דא א ברית אין שטעטל, (אסאך מאל איז עס אן ASSUMPTION) און אויב נישט איז ספירה אדער הוד שבהוד, וכו’ וכו’ וכו’, און אז נישט וועט מען שוין טרעפן א קנאקעדיגן יארצייט. אויב איז מאנטאג אדער דאנערשטאג פאנגט זיך אן א רודעריי ארום דאס לייענען, מאנכע פארקויפן עליות כאטש קיינער קויפט נישט, אויב איינער קויפט יא באצאלט ער נישט, און אויב ער באצאלט יא איז א שאלה פארוועם דאס געלט גייט? ר’ חיים פריינד? שומרי החומות? די גבאי? וכו’. ביי אשרי ובא לציון, איז שוין דער עולם בגילופין, די וואס גייען אראפ אין מאנהעטן פאנגען זיך אן צו יאגן, און די וואס גייען אויף וומס מאכן זיך גרייט צום שלאפן. אויסער די פאר וואס שלאפן שוין פון נאך קדושה… מ’האלט שוין ביי עלינו! מ’רופט אויס תהלים, עס פאנגט זיך געוויינליך אן א מחלוקה ווי מ’האלט, אבער דער בעל תפילה איז גובר (כל דאלים גבר) און מ’זאגט תהלים. אין בעק פון באס שמועסט מען שוין פון די לעצטיגע נייעס אין פאליטיק’ס און די גרעסטע מבינים (זיצן געוויינליך מיט מיר אויפן באס) זאגן פאר וואס עס ווארט פארן צד שכנגד, און אנאלאזירן פארוואס זייער צד האט דאס מאל מער ווי אלע מאל געהאט א געווינס… אויך זיצן דארט ריכטיגע פאליטיקאנטן וואס ווייסן אפילו ווער עס לויפט פאר פרעזידענט מיט דעטאלן (גיי ווייס פון ווי) מער צום פראנט פון באס זיצן די מער אלטגעזעצענע וואס קוקן ארויס מיט ווינדער פון דעם זעלבן פענסטערל שוין פאר 30 יאר און זיי אבזערווירן בילדינג נאך בילדינג, איינער וויל וויסן ווער עס האט געבויט, א צווייטער וויל וויסן ווער עס האט געלאזט בויען, און דער דריטער זאגט סתם וואס ער טראכט, און אזוי ווערט א קרעמל. דער באס דרייווער פרובירט זיך צו האלטן נוטראל, ער איז דאך דא אין ביזנעס, ער וועט זיך נישט צוקריגן מיט זיינע קאלעגן, ער מאכט זיך ווי ער הערט נישט ביז ווען ער קען זיך נישט איינהאלטן. און איך גיי אראפ פון באס….. ב”ה איך קען נאך אסאך מאריך זיין אויב מיינע קאלעגע לייענער זענען אינטערסירט. בלייבט נאר איבער צו זעהן…. ישר כח פאר אייער צייט
תגובות
קיין תגובות.