וואס טוט מען נישט פאר פרנסה חלק א
זיצט מיין חבר’ל ירוחם יאזעפאוויטש אזוי געמיטליך ביים נאכטמאל און שמועסט מיט די אידענע און ביידע קומען אן צו א געמיינזאמען באשלוס אז מ’דארף זיך נעמען זוכן א דזשאב, עס איז נישט קיין תכלית עס קומען צייטן זי וועט שוין נישט קענען שלעפען דעם עול הפרנסה און מ’דארף עפעס זעהן צו טוהן. ער שטרענגט זיך אן און מאכט זיך כאילו עס איז אים יעצט ארויף געפאלן א שווערער לאסט אויפן קאפ, כאילו ער פארשטייט וואס זי רעדט, און אוואו איינער זאגט, אוי וויי! תורה מה תהא עלי’, נו שוין אז מ’מוז מוז מען. גיי מיר זוכן א דזשאב…
דאס ערשטע זאך זאגט ער, נאך ערנסט פונעם ערשטן קנייטשעריי, מוזן מיר אנהייבן צו קויפן אלע צייטונגען, כאטש וואס ביז היינט האמיר עס נאר געליינט ביי די שוויגער הייזער, ווייל:
וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?
דאס צווייטע זאך מוזן מיר אנהייבן שוין צו מאכן שינויים אין שטוב, כאטש וואס קיין גרויסן ווירטשאפט האמיר נאכנישט אבער אזוי ווי מ’רעדט דא פון א ארבעטס יונגערמאן וואס קומט אהיים צומוטשעט און צוקוועטשט מוז מען שוין רעכענען אז א קאוטש מוז ווערן אריינגעצויגן אין שטוב, און אין ערגסטן פאל א ריקליינער, ווייל:
וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?
דאס ווייבל קוקט אזוי פארוואונדערט און פארקימערט, וואס גייט פאר מיט אים? זי ארבעט שוין 2 יאר און גארנישט, אלעס איז מסודר געווען, נישט קיין קאוטש נישט קיין ריקליינער, אבער וואס ווייסט זי דען? זי פרעגט קיין קשיות, און הערט זיך ווייטער צו מיט בייז וואונדער ווייל:
וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה? (שלום בית)
ירוחם זעצט פאר און ער גייט אן מיט א אימפעט איבער די נאכפאלגענדע פלענער וואס ער פלאנירט אלס צו טוהן. ער שטעלט אראפ געוויסע גאר שטארקע פרינציפן.
נומער איינס זאגט ער מיט א הויכפייפענדיגן טאן, וועל איך נישט אננעמען קיין דזשאב אינטער 850 צום אנהייבן, און (שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן זיינע ווילדע פלענער לייגט ער צו) דאס איז נאר צום אנהייב, אויב די ווייסט וואס איך מיין. א אינגערמאן ווי מיר, נישט אז איך וויל זיך גרויס האלטן אדער וואס, איך דארף דאך זיין רעאליסטיש, באקומט דערנאך א רעיז וואס גייט ארויף ביז 1250 נאך שנעלער ווי די זון גייט אויף צופרי.
נומער צוויי: איך בין אלס געווען באקאנט אלס וואויל לערנער, און ב”ה אז מ’האלט מיר דא, אבער איך נעם נישט קיין בלו קאלער ארבעט, איך בין פשוט נישט געמאכט דערפאר, עס איז נישט פאר מיר, און איך קען נישט שלעפן באקסעס, דרייוון טראק’ס, אדער אזוינע זאכן וואס זענען מכלה נפש עד גאל ישראל.
נומער דריי: מוז איך מיך גוט אינטערסירן איבער די בעלי בתים, און מיין נישט מיין טייערע איך וועל די בעלי בתים פארהערן בעפאר צו זעהן צו זיי זענען פון דעם סארט וואס איך פארטראג, איך פארטראג נישט קיין בעלי גאה, און בכלל די עקלדיגע עשירים וואס מיינען די וועלט איז זייער’ס און טוען נישט שעצן זייערע ארבעטער’ס. איך וועל מיך אין אזא עסק ביש נישט אריינלייגן, איך זעה דאך וואס מיין בורדער פייבוש גייט מיט איף יו נאו וואט איי מיען.
דאס אשת חיל שטייט און שטימט צו מיט שטאלץ! יא איר ירוחם, דער איז א זעלבסטשטאלצער אינגערמאן, א פלעזשור צו זעהן זיין דרייסטקייט, און זי ווארט מיט שפאנונג אויף נומער 4.
ווי האלט איך פרעגט ירוחם מיט שנעלקייט, ווען זיינע ליפן שאקלען זיך צו זיין גרייט גלייך צו גיין ווייטער אן קיין הפסק ווי נאר ער דערמאנט זיך ביי וועלכע נאמבער ער האלט.
יא נומער 4: איך וועל אויך נישט מאכן די מיסטעיק וואס מיין טאטע האט געמאכט, ער האט אנגענומען א דזשאב פארן געהעריג אויסשמועסן וואס די פאטענטשעל איז, און נאך היינט ארבעט ער שוין 40 יאר אויפן זעלבן פלאץ, און וואס איז געווארן פון אים? גארנישט! ער פלאגט זיך פונקט ווי אמאל. מיין ציהל איז נאך 10 יאר זיך צוריק צו זעצן אין כולל און אויסלערנען די יארן, איך מוז וויסן מיין פאטענטשעל… נישט קיין פאטענשל נישט קיין דזשאב…
נומער 5: אה פאר איך פארגעס, עס קען נישט זיין אינדרויסן פון וומסב”ג איך גיי נישט טרעוועלען יעדן טאג ווי די אלע פארלוירענע נשמות וואס לויפן כאפן דעם באס יעדן טאג, איך האב געהאט גענוג דערפון אין חדר, און קיין קאר וויל איך נישט דארפן פארקן יעדע נאכט.
אזוי זיצט ירוחם אויפן בענקל אין קיך און איז מסביר בטוב טעם ודעת פאר זיין אידענע וועלכע שטייט פארלוירן פאר די חכמה פון איר מאן און איז נתפעל פון די דרייסטע כללים וואס ער שטעלט אראפ, און זי רופט אויס מיט פאטאס: יויש ווי געראטן, איך בין מיר געווארן א טיטשער אן די אלע כללים און ערשט יעצט זעה איך ווי נאריש איך האב געהאנדלט….
זי לייגט צו א שטיקל אייגענע חכמה און טענהט צו ירוחם’ן: מ’מוז גיין מאכן א רעזומעי! אן קיין רעזומעי איז קיין דזשאב נישט פארהאנען, אזוי האב איך געהערט אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר קלאר פון איינעם א גרויסער מבין אין פרנסות.
ירוחם זאגט, ער איז מסכים צו א רעזומעי אבער ווי וועט מען עס האלטן אין די קליינע דירה דא אין וויליאמסבורג?
דאס ווייבל פוילט זיך נישט און איז מסביר וואס מיינט א רעזומעי, און יעצט אז ער פארשטייט שוין איז אלעס פארענטפערט און דאס געשפרעך גייט אן מיט גרויס אימפעט.
אויך דארף מען שוין רופן די ארבייטס פארמיטלונג פון אלע ארגעניזעשאן’ס נישט קיין חילוק וועלכע מוסד אדער קהלה, איך קען נישט יעצט שפילן קיין פאליטיק’ס מ’מוז אנווענדן אלע מיטלען. ווייל:
וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?
דאס געשפרעך האט אנגעהאלטן און איך געדענק נישט פונקטליך צו וויפיל כללים ופרטים עס האט דערגרייכט און מ’גייט שוין זיך לייגן, און ירוחם לייענט קרי”ש בכוונה, און לייגט זיך שלאפן…. און קען נישט איינשלאפן…..
ער זעהט אלע זיינע כללים צופאלן אים ווי א זייפן בלאז אין חלום און אין דמיון, ער זעהט זיך דורכפאלן אויף טריט און שריט, ער שוויצט פאר שרעק…..
…. פלוצלינג דערזעהט ער זיך 10 יאר עלטער, פארהארעוועט פארקנייטשט, מיט א ריזיגן הויזן טראגער שלעפן א בלויע הויז מיט א 3 טפחים’דיגן אינטש מעסטער און א ריזיגן באנדל שליסלעך, און שיך מיט גראבע בענדלעך וואס נאר די קאן עדיסן גרעבער’ס טראגן וכו’. ער שפירט ער כאפט א נערוון בראך…. על הנער הזה התפללתי?
פון די אנדערע זייט שטוב ליגט די אידענע און פרובירט איינצושלאפן און קען בשום אופן נישט פארשלוסן קיין אויג, זי זעהט זיך אפווארטן א אויסגעמוטשעטן אפגעשטויבטן אינגערמאן מיט א פארברענטן הוטל האלב אפגעגאלטן קדחת אויפן קאפ, און ברילן צוגעבינדן מיט א בענדל, און א קאטענעם ציצית אינטערן קאטענעם העמדל מיט קליינע געלע ציצית שטעקן זיך ביי די זייטן וכו’ וכו’ (צו שרעקעדיג ממשיך צו זיין)
און אזוי צוביסלעך זענען זיי איינגעשלאפן און קוים געווארט אויפן קומענדיגן טאג ווען מ’קען זיך ארויסזעהן פון די קאשמארישע חלומות.
ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד (אן אויסגעצויגענעם אחאאאאאאאד)
אינדערפרי כאפט ירוחם דאס טלית בייטל, און דאס מאל האלט ער עס נישט פארנט מיט ביידע הענט ווי געוויינליך ער גיט עס א פארווארף אינטערן לינקן ארעם מעשה ארבייטער, (וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?) און שטעלט גסות’דיגע טריט, נישט פאר גאוה ח”ו נאר נישט צו פארשעמען די תורה קלאס אידן, מוז ער עטוואס זיך פאראייניגן מיט די ארבייטער פארטיי.
ער קומט אין ביהמ”ד און דארט ווי יעדר שטייט און לייענט אלע צעטלעך אין א רייע, ווי געוויינליך גיט ער א שנעלן בליק ווי איינער וואס אינטערסירט בכלל נישט א מוסד על טהרת הקודש וואס גייט אונטער, אדער אז ווייסהויז דרייגוד’ס מאכט שוין ווייטער א סעיל אויף רייף’ס פאר מיידלעך אא”וו, ער טייטלט מיטן פינגער און קוקט אונטער הוטן העכער אקסלען ווי א חכם וואס ווייסט וואס ער זוכט, ער ווערט בכלל נישט באאיינפלוסט פון די רוישיגע קאלירטע צעטלעך.
ער שטעלט אפ זיינע בליקן אויף א לוח המודעות ווי עס שטייט עפעס וועגן א אפארטוניטי, ער דייעלט שוין 2 אויפן טעלעפאן עס גיט א דירעקטען פארבינדונג אהיים, ער האט נישט קיין צייט אפילו מיט צו זאגן מיט די קדושה וואס מ’הערט ארויס פון שטובל, ער האט דאך אן אחריות דא, עס איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זיין אויפגאבע, ווייל:
וואס טוט מען דען נישט פאר פרנסה?
עס קלינגט… עס קלינגט…. און נאך לאנגע ווארטענישטן הייבט זי אויף און מיט א פארשלאפענע שטימע פרעגט זי דערשראקן: יא? וואס איז? אזוי פרי? עפעס פאסירט?
הער נאר!!! אויב יעדע מאל ווען איך קאל וועסטו מיך לאזן אזוי הענגען ווער ווייסט צו איך וועל אמאל אנקומען צו א גוטע ארבעט, מ’קען קיינמאל נישט וויסן, יעדע מינוט קאונט… שרייב אפ די נומער, און קאלל זיי שוין, עס רעדט זיך פון עפעס א אפפארטוניטטי, איך מיין דאס האט עפעס צו טון מיט א פארמעסי, עניוועי, מ’דארף אלעס הערן, מ’קען קיינמאל נישט וויסן, אפשר איז דאס גאר געווען באשערט איך זאל עס זעהן אזוי פרי אין ביהמ”ד קיינער זאל מיך נישט קענען אויסכאפן.
שוין יעצט ? קאלן? 7:00 צופרי?
יא לאז א מעסעדזש! זיי דארפן מיך וויכטיגער…. זעהסט דאך איך האב נישט ארויסגעלייגט קיין צעטל… זיי האבן געלייגט.
נו וואס רופסטו נישט אליינס? אנשטאט מיך אויפוועקן צו רופן? (דאס האט זי נאר געטראכט…)
פארשטייסטו מיך? איך האב זיי נישט געוואלט אליינס רופן, איך האב א כלל אין ביזנעס, איך רעד נישט פארן דאווענען פון ביזנעס, נאר וואסזשע דען א דבר האבוד מאך איך אשינוי און איך בעט דיך צו קאלן. איז ער מסביר בטוטו”ד מיט זיין גמרא קאפ.
ער שטייט ווייטער מיט א פעדער ער נעמט א “דבר יום ביומו” א “גוט מארגן” א “קלאסיפייד’ס” א “לוח המודעות” א אשת חיל” וכו’ וכו’, אלע טעגליכע קלאסיפייד עד’ס, און לייגט זיי צוזאמען אין זיין זייטיגן ראק טאש, דארט האלט ער אויך זיין דעניש פאר לאנטש אין כולל, סאו וועט ער עס זיכער נישט פארגעסן צו לייענען, און מ’לויפט אין מקוה.
אזוי צווישן אויסטון דעם וועסטל מיטן טלית קטן, פליהען אים די מחשבות אוועק, און ער טרעפט זיך לייענען די צעטלעך אן קיין בושה אין מקוה. עה וואס איז דען עס איז נארמאל פאר א ארבייטס אינגערמאן. ער זיצט שוין ווען ער טוט זיך אויס די שיך ווי א אויסגעמוטשעטער בעל בית, און ער קרעכצט אונטער ווען ער הייבט זיך אויף צו ארויף לייגן די ציצה אויפן הענגער און ער שפילט א ראלע ערשט קלאסיג.
(זאגט מיר נישט אז איר האט געמיינט איך גיי אייך אראפשפילן זיין גאנצן טאג, איך האב קיין צייט און געדולד דערצו, איך האב דער עיקר געוואלט איר זאלט כאפן די נקודה, אז “ער איז שוין א גאנצער ארבייטער”)
עס רוקן זיך די טעג, מ’רופט אן אהער און אהין, מ’זוכט א דזשאב, אדער א פאסטן אדער א קאריערע, אבי עפעס.
און אט פאנגט זיך אן דאס ריכטיגע.
מ’גייט אויף אינטערוויו’ס, מ’שיקט רעזומעי’ און מ’באקומט אפפער’ס.
אפפער’ס? נישט ממש, אבער מ’מיינט צו זאגן מ’באקומט רשות אראפצוקומען און פרובירן צו טרעפן א געלעגנהייט צו כאפן דעם מענעדזשער פאר א אינטערוויו אויב ער איז נישט צו פארנומען וכו’
תגובות
קיין תגובות.