וואס טוט מען נישט פאר פרנסה חלק ב
ירוחם זיצט ביים אייער שפייז צופרי, און מיט פארציטערטע בליקן קוקט ער אויפן זייגער, און רעכנט מיט די פינגער’ס, אויב יעצט איז 9:30 און איך דארף זיין דארט 11:00 אזייגער פאר מיין ערשטן אינטערוויו, און די וועג דארף נעמען קארגע 10 מינוט, אבער ווער ווייסט מיט פארקינג און מיט טרעפיק, עס לוינט נישט צו נעמען קיין שאנסן.
דאס ווייבל שטייט אין זייט און בארואיגט ירוחמ’ן ס’גארנישט, מ’האט שוין געהערט אזוינס א אינטערוויו, עס איז עניוועי נישט פונקטליך וואס די האסט געוואלט, די האסט דאך געזאגט די ווילסט דוקא נישט בלו קאלער ארבעט, און דא ביזטו אזוי דערשראקן צו געווינען דעם דזשאב? וואס גייט פאר?
די מוזט פארשטיין, דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט! אמת איך הייב אן פאר 400 דאללער א וואך אויף א היילאו צו שלעפן סקיט’ס מיט סחורה, (אנהייב גיי איך נאר קוקן ווי א צווייטער שלעפט, אזא סארט “מענעדזשער”) אבער אויב די רעכנסט אריין די בענעפיט’ס לוינט זיך עס שטארק, אויסער וואס פון דארט איז דא גרויס פאטענשעל צו ווערן א שותף אין די ביזנעס, אדער גאר איין טאג אליינס עפענען אזא ביזנעס, אדער גאר איינזעהן אז ס’איז גארנישט ווערט, פארשטייסט? התרת ספיקות!!! בקיצור, עס איז שפעט…
וואס פארא בענעפיט’ס רעדסטו? ער האט דיר געזאגט עפעס וועגן בענעפיט’ס שוין?
ירוחם: יא! מיין חבר האט מיר געזאגט ער געט פאר אלע ארבעטער’ס א וועלט מיט בענעפיט’ס
ווייב: למשל וואס? די האסט דאך די גוטע סחורה, וואס דארפסטו אים? די דארפסט דען אינשורענס אדער ריטיירמענט וכו’?
ירוחם: ניין נישט די סארט בענעפיט’ס איך רעד פון אימידיעט בענעפיט’ס.
ווייב: (אויגן אפן די ווייטסטע וואס מעגליך) וואס הייסט?
ירוחם: למשל ער גיט א קאר….
ווייב: און ?
ירוחם: וואס הייסט און? די ווייסט וואס הייסט ער גיט א קאר? לאמיך דיר מסביר זיין, א לעקסוס קאסט היינט א 700 800 דאללער איזי א חודש! אז די צוטיילסט דאס קען דאס צולייגן בערך 200 דאללער צו אונזער אינקאם א חודש.
ווייב: (דערשראקן צום טויט)
ירוחם: (ממשיך) פארשטייסטו מיך, מ’דארף זיין רעאליסטיש, היינט צו טאג גיט קיינער נישט קיין קאר’ס פאר קיין ארבעטער’ס, און דא פאלט אריין אזא גוטע זאך זאל איך עס בידים פארפאטשקענען?
ווייב: און ווער זאגט דיר אז ער גיט א קאר? און אויב יא ווער זאגט אז א לעקסוס? און אויב יא ווער וועט צאלן פאר די געז? און פאר טיקעט’ס?
ירוחם: וואואואואואו רט כאפ נישט! איך האב ליב שטייט! 1. מיין חבר’ס ברודער ארבעט דארט און ער האט באקומען א קאר פון אים. 2. איך ווייס טאקע נישט אויב א לעקסוס און וואס איז דען זייט ווען בין איך אזא מפונק? מיינסט א קאדילעק איז מיר נישט גוט? (זייט נישט ברוגז אויב איך פארדריי די יוצרות איך פארשטיי צו קאר’ס, אזוי ווי אלע מיינע פריינט וואס פארן מיטן באס יעדן טאג….) 3. וועגן געז? איך הער אז עס הייסט א ביזנעס עקספענס סאו יעדע אונס געז וואס איך נוץ קען איך נוצן פאר טעקסעס סוף יאר. 4. טיקעט’ס? מיין טאטע זאגט אלס אז טיקעט’ס קען מען באווארענען און נישט באקומען, עס איז בכלל נישט א זאך וואס מ’מוז באקומען, מ’דארף זיין פארזיכטיג. איך טענה שוין לאנג אז פרויען זענען נישט פארזיכטיג נאר לייכטזיניג….
ווייב: שריי נישט! איך וויל נאר פארשטיין, אפשר זאגסטו מיר טייערער וואס די דארפסט עקספענסעס? וויאזוי גייסטו עס נוצן?
ירוחם: איך דארף שוין זיין אן אקאונטענט אויך?
אקעי איך דארף גיין וואונטש מיר אן הצלחה, לייג אריין אין פושקע, זאג אמר ר’ בנימין….
פארוואס אמר ר’ בנימין?
איך זאל טרעפן פארקינג….
היידא געגאנגען….
*********
אין לאבי פון די וועלט בארימטע קאמפעני . . . . . זיצט ירוחם, מיט א תהלים’ל אין איין האנט און א רזיא-ל המלאך אין בוזעם טאש, און קנאבל מיט ראזשינקעס אין אנדערן טאש, ער האט געהערט אז ס’איז עפעס א סגולה פאר חן…
מ’רופט אויס: מר’ יאזאפאוויטש פליז קאם טא רום נומער 101
ער שטעלט זיך גראד, קוקט אריין אין די הענטל פון דעם טיר, פרובירנדיג צו שפיגלען זיך אין דעם גאלדענעם הענטל, נאר ער האט זיך דערזעהן דארט גראד אויסגעצויגן ווי א בענענע און זיין נאז האט ער אפילו נישט געקענט נאכלויפן נאר טאמער ער דררייט זיך מיט מיטן הענטל האט ער אויפגעגעבן.
ער שטעלט גראדע טריט און מאכט זיך קוראזש און גייט אריין מיט שנעלע טריט ביז רום נומער 110 און דארט פאנגט ער אן צו גיין שטייטער און שטייטער און קוקט אויף אלע זייטן צו ער זעהט דעם לאקי נומער, און ווען ער זעהט 101 ווערט ער פארפרוירן פאר שרעק און מיט געמאכטע שטאלץ שטעלט ער זיין האנט א קלאפ צו טאן, און די טיר עפנט זיך אויף און ר’ שמחה דער בעה”ב זיצט דארט אויף א הויכן שטול, זיין קאפ אריינגעבויגן אין א הויפן פאפירן, און זיין הענט הענגנדיג אין די לופטן ווי איינער זאגט דער ערשטער וואס כאפט מיין האנט דער האט עס.
ירוחם כאפט זיין האנט און זאגט מיט פראפעשינעליזם (זיין חבר האט אים מסביר געווען אז אין ביזנעס זאגט מען נישט “א גוטן איך בין ירוחם יאזעפאוויטש” אין ביזנעס זאגט מען מיט איין אטעם דעם נאמען אן קיין הקדמה און אן קיין אויספיר) ירוחם יאזעפאוויטש…
ר’ שמחה ענפערט מיט העפליכקייט: ניין שמחה חיימאוויטש
ירוחם: ניין! איך בין ירוחם יאזעפאוויטש
ר’ שמחה: אה איך האב געמיינט די פרעגסט צו איך הייס אזוי! זעץ דיך!
ירוחם הייבט אויף דעם רעקל ווי א גראדע מחיצה ביזן הארץ און זעצט זיך מיט איין פוס ארויף אויפן צווייטן, עטוואס אוועק גערוקט פון טיש אזוי דער ר’ שמחה זאל זעהן כל הדרו, ער האלט דאך איין פוס אויפן צווייטן נישט אז מ’זאל נישט זעהן…
ר’ שמחה הייבט אן מיט אפאר פראגן ווי למשל: האסטו שוין עפעס געטון אמאל?
ירוחם: עםםםם יא איך בין געווען ספרים שטעלער אין ישיבה.
ר’ שמחה: וואס הייסט? וואס איז די תפקיד?
ירוחם: דאס איז א מענעדזשמענט סקיל… מ’דארף מענעדזשן די ספרים זאלן זיין אין פלאץ
ר’ שמחה: זיי אביסל מסביר וויאזוי טוט מען דאס?
ירוחם: עס איז דא א ספעציעלע וועגעלע, און מ’דארף זעהן אז ס’זאל פיל ווערן און ליידיג ווערן יעדן טאג און אזוי ווייטער… עס איז א גאנצע ארבעט, מ’דארף עס קענען. איך האב עס פערצופאל גוט געקענט, ווייל איך בין מורא’דיג מסודר’דיג, און איך בין א שטארקע פיפל’ס פערסאן… (חיים האט אים געזאגט ס’איז קלאר א וויכטיגע זאך ארויסצוברענגען די מעלה…)
ר’ שמחה: וואס האסטו שוין געטון נאך דיין חתונה פאר פרנסה?
ירוחם: נישט קיין מעדזשאר זאכן
ר’ שמחה: עפעס קלייניקייטן יא?
ירוחם: יא אהער אהין אמאל נעם איך אן אין די זייט סייד דזשאב’ס, איר פארשטייט איך זוך נאך צו לערנען אויך.
ר’ שמחה: פיין! א דוגמא פון עפעס סייד דזשאב’ס וואס די האסט לעצטנס געהאט?
ירוחם: עמממ איך ערלעדיג שטאטישע זאכן… עםם
ר’ שמחה: וואס? וואסערע שטאטישע זאכן?
ירוחם: וויק, חלק ח’ וכו’
ר’ שמחה: אזוי? ווי קענסטו דיך אויס?
ירוחם: איך גיי אראפ צו מיסיס שווארטץ און זי ערלעדיגט עס… איך דארף נאר ברענגען פאפירן
ר’ שמחה: פאר וועם אלס ערלעדיגסטו דאס?
ירוחם: ביזדערווייל נאר פאר מיר, און מיט די צייט העל איך האבן מער עקספיריענס… פארשטייט?
בקיצור דער שמועס האט זיך געצויגן ביז ר’ שמחה האט גומר געווען מיט דעם באקאנטן פזמון:
“אקעי, איך וועל דיך אי”ה אנרופן זאגן אויב די ביסט גוט אדער נישט פארן דזשאב, די וועסט לכאורה באקומען א טעלעפאן קאל אין די קומענדיגע 2 טעג”
ירוחם: יא! ווייל אסאך לויפן מיך נאך, און איך מוז קענען מאכן א פאזישן, איך מיין א דעסיזשן….
ר’ שמחה: זייער גוט! גוט אז די זאגסט מיר אז די האסט נאך אפפער’ס (עס מאכט מיר גרינגער דעם דיסיזשען… איך בין דאך דאך א איד)
א גוטן טאג.
ירוחמ’ל שפאצירט ארויס שטייט און רואיג ווי איינער וואס איז פשוט געווען אויף א ביזנעס מיטינג כהרגלו, און דרוקט דעם קנעפל אויפן עלעוועטאר, און פארט אראפ. אנקומענדיג הונטן נעמט ער זיך גאלאפירן, ער קען קוים ווארטן צו זיין אינדערהיים.
הער נאר! מ’מוז האלטן די נעקסטע צוויי טעג א וואכזאם אויער צום טעלעפאן, ווייל אמאל אז מיין סעל כאפט נישט און ער וועט פרובירן צו רופן אהיים, דארף ער קענען דורכקומען, סאו פאר די קומענדיגע 2 טעג קען מען נישט רעדן דא אויף א ביפ, מ’מוז האלטן דעם טעלעפאן פריי… נישט ווייל איך בין אזוי עקסיידעט פארן דזשאב, אבער אז מ’שיקט עפעס אינטער פון אויבן, ווארפט מען נישט צוריק.
ירוחם גיין אין ביהמ”ד אריין, און דארט טרעפט ער זיינס א חבר, משה יעק’ל, וועלכער האט שוין אויך געהערט פון די נייעס אז ירוחם זוכט א דזשאב, און ער רופט זיך אן צו אים: ירוחם! איך וויל מיט דיר א ווארט רעדן, האסט א מינוט?
ירוחם: יא, וואס זאגסטו עפעס משה יענקל?
מ”י: עס איז מיר איינגעפאלן א המצאה פאר דיר, איך ווייס חיים’ס טאטע זוכט אן ארבייטער…
ירוחם: יוי טו מיר א טובה, איך ווער צוקראכט פון די אלע אפפער’ס מ’רייסט מיר אראפ דעם טעלעפאן, איך האב נישט קיין מנוחה, איך זאג פאר יעדן, מעמיר זעהן וואס וועט זיין, ביזדערווייל מוז איך נאך מאכן א דעסיזשאן אויף א דזשאב ווי מ’האט מיר היינט געבעטן ברחמים איך זאל קומען, ער איז מיר גרייט צו צאלן וואס איך זאל נאר וועלן, איך דארף נאר זעהן צו דאס איז מיין זאך, פארשטייסט? איך זוך מער פאטענטשעל….
מ”י: (פארוואונדערט) אזוי מ’לויפט דיך נאך מיט דזשאב’ס? די ווייסט, די אלע וואס די נעמסט נישט אפשר טראגסטו עס אן פאר אהרן’ן ער חלש’ט פאר א גוטע דזשאב, פארשטייסט ער קען זיך נישט אזוי וועלן ווי דו זעהט אויס…
ירוחם: ווען כעל האלטן דארט וועל איך דיר לאזן וויסן, איך מוז ביזדערווייל וועגן אלע מיינע אפשן’ס. ב”ה פאר דעם אז מיין פראבלעם איז מיט צופיל אפפער’ס און נישט פאר… איין מינוט איך האב א קאלל
האללאו!
………..
וואס הייסט? ער האט געזאגט פארוואס?
………..
אבער איך האב אים אפילו נאכנישט געזאגט אז איך דארף א קאר
………..
אהא! עניוועי איז עס נישט פאר מיר….. איך זוך פאטענטשעל.
אקעי ביי
מ”י: וואס גייט פאר? מ’האט דיר אפגעזאגט פון ערגעץ?
ירוחם: נע… ער האט נאר געוואלט וויסן עפעס און איך עממממ בקיצור.. אוי וויי איך האב נאך נישט געדאוונט מנחה. על מיר רעדן נאכדעם ביי.
מ”י: (רעדט צו די וואנט… ירוחם איז שוין נישט צום האבן)
פארזעצונג קומט אי”ה
תגובות
קיין תגובות.