זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

מיין 500סטע תגובה אויף אייוועלט

11 דעצעמבער 2012, 20:38 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

איך זיץ אין אפיס, איך בין היבש פארנומען, אויסער וואס איך דארף ברענגען פרנסה ב”ה און איך ארבעט פארהעלטנסמעסיג שווער, בין איך דאך נאר א מענטש, און איך ווער נייגעריג דא און דארטן צו גיבן א קוק אויף די געוועבאכץ איבער לעצטיגע נייעס, און ווער עס געווינט אין די פאלל’ס און צי עס גייט יא זיין א כינוס כלל ישראל אדער נישט, און וועלכע רבי האט זיך יא צוגעשטעלט צום כינוס אא”וו (איר לייענט גוט, ווייל איך רעד יעצט פונעם דאטום: מאי 2012)

הכלל: איך כאפ א שמועס מיט א קלוגן אינגערמאן ביי אונז אין ביהמ”ד און איך פארצייל אים אביסל וועגן פרנסה, און אלס און אלעמען, און ער האלט אויך נישט צוריק און פארציילט זיינס, ביז דער שמועס דערקייקלט זיך צו א געוויסע נושא אין קאמפיוטער’ס וואס מיין חבר ווייזט ארויס גרויס קענטעניס, און איך ווער ערשטוינט און פרעג אים: זאג נאר! ווער האט דיך אויסגעלערנט די אלע זאכן? און ער ענטפערט מיט פשטות:

איי וועלט

איך פרעג אים נאכאמאל: וועלכע וועלט?

ער ענטפערט: איי וועלט

זעהענדיג אז איך ווייס נישט גענוי פון וואס ער רעדט, איז ער מיר מסביר באריכות וואס אייוועלט איז און ווי ער לעבט זיין לעבן מיט אייוועלט אלס א אינדעקס, און ער קען דא אלעס געפונען, פון א גוט ווארט אויף די פרשה ביז א עצה אין קאמפיוטער פראגרעמינג, און אלע נייעס, און ארטיקלען וכו’, וכו’.

הערנדיג דאס פרעג איך אים אן דירעקציע’ס וויאזוי מ’קומט אן אויף “יענע וועלט” און ער ענטפערט מיר ברוב טובו, און ער גיט מיר אויך אן זיין אייוועלט ניק (ער האט מיר שפעטער מסביר געווען וויאזוי די ניק’ס ארבעטן און אז יעדער שפילט באהאלטן, און איך דארף מסכים זיין צום שפיל, אויב זוך איך מיך צו רעגיסטרירן אויף יענע וועלטל) און ער גיט מיר ארויס אז זיין ניק איז:

שמן זית

בטבע בין איך נישט קיין פוילער, און איך פליה אריין אין אייוועלט און פאנג אן זוכן… איך זוך און איך טרעף איך זוך און איך טרעף, און איך גלייב נישט וואס איך זעה… איך בין אויף א פלאץ ערגעץ אין גן עדן התחתון, ווי יעדער וואס קען שרייבן האט א פלאטפארמע ווילאנג מ’האלט זיך צו א מגילה מיט תקנות, אבער וואס גייט מיך אן איך האב א פראבלעם מיט תקנות? אבי איינער הערט שוין אויס וואס מ’רעדט צונים.

איך סיין אריין איך פרוביר טרעפן א גוטן פאסיגן נאמען, און עס בליצט מיר אויף: זאלץוואסער

איר פרעגט פארוואס זאלץוואסער? איך קען זאגן אסאך תורות לאקשן דערויף, איך געדענק נישט ווער עס האט געשריבן אמאל אויף אייוועלט איינס וואס האט מיר זייער געפאלן אז זאלץוואסער איז -א “זא לץ וואס ער” איז- אבער דער אמת לאמיתו איז, עס איז געווען פשוט די ערשטע נאמען וואס האט נישט געהאט קיין פירוש, און איך האב דוקא געזוכט עפעס וואס האט נישט קיין שום פירוש, ווייל איך האב פארשטאנען אז דער ענין פון גילוי איז גאר הארב דא אויף די וועלטל.

איך באקום צוריק א אימעיל פון א געוויסן פארשוין “ארענדאר” און ער שרייבט אז מ’האט מיך אקצעפטירט אויף די וועלט, מיט נאך אפאר סטראשונקע’ס וועגן התנהגות אויף די וועלטל, און איך בין אפ ענד ראננינג.

איך קען מיך שיער נישט איינהאלטן, איך שפרונג אונטער, וואס הייסט א קלייניגקייט? געווארן אקצעפטירט אין נאך א וועלט… און איך פאנג אן שפעקולירן ווי אנצוהייבן מיין קאריערע אין דעם וועלטל.

איך זיץ אויפן באס און איך דאוון, און ווי געוויינליך ביים דאווענען קומט אריין די אלע מחשבה’לעך וואס מ’האט נישט צייט דערצו איבערן טאג, און עס פאלט מיר איין, וואס וואלט געווען ווען איך שרייב ווען אן ארטיקל איבער די באס רייזע יעדן טאג. זאל כאטש די וועלט וויסן וואס עס קומט דא פאר.

איך רוף אן שמן זית און איך פרעג אים: זאג מיר אן ארטיקל אויף די באס רייזע פון קר”י צו וומ”ס וואלט געווען עפעס סחורה וואס די אייוועלט נפשות וואלטן געגליכן. ער זאגט מיר קלאר: שרייב עפעס און שיק מיר עס איך וועל דיר זאגן לפענ”ד צי דו זאלסט עס ארויף לייגן אדער חבל על הזמן.

איך זעץ זיך אוועק בדחילו ורחימו און איך שרייב אפ מיין ערשטן ארטיקל איבער ביזנעס אויפן באס, און איך לייג אראפ דעם גאנצן הלוך ילך, און איך שיק אוועק א דרעפט פאר שמן זית’ל און בעט אים זיין הסכמה. ער טענה’ט אז דער עולם וועט זייער שטארק הנאה האבן, און איך דרוק דעם קנעפל און שיק עס ארויס…

פון דא און ווייטער איז היסטאריע… איך האב געפונען א נייעם וועלטל און איך האב אנגעהויבן שפירן אז איך לעב א דאפלט לעבן. איך בין …. און איך בין אויך “זאלץוואסער”

פון יענעם טאג אן ווען מיין ווייב האט געהייסן א קינד זיך שווענקען די מויל מיט זאלץוואסער האב איך געלאכט מיט א פולן מויל.

פון יענעם טאג אן ווען איך האב געזעהן איינעם אויף די גאס, האב איך שוין געהאט אן ארטיקל, און ווען איך האב געהאט א דורכפאל אין סיי וועלכן ענין, איז עס מיר געווען א שמחה… אן ארטיקל…

פון יענעם טאג אן האבן די אלע מענטשן וואס זענען מיר אלס געשטאנען אין וועג מיט זייערע נישט אזוי איינגענעמע מדות אנגעהויבן ביי מיר צו טראגן א אנדערן נאמען “א סאבדזשעקט פאר אן ארטיקל”

פון יענעם טאג אן ווען איך האב נישט געהאט וואס צו טון אדער זיך געוואלט אויסגעבן אפאר מינוט פון די שווערע ארבעט, האב איך שוין געהאט וואס צו טון (איך רעד נישט פון די צייטן ווען איך לערן…) “אן ארטיקל”

און פון יענעם טאג אן האב איך אנגעהויבן צו איינערקענען א מורא’דיגע לימוד וואס דאס וועל איך יעצט אייך לאזן מיט מיר מיטלערנען:

וויפיל מאל איז דא ווען איר שטייט אין א שמועס מיט אפאר פון אייערע חברים, און אין דעם שמועס באטייליגן זיך פון אלע סארטן, עס זענען דא פון די געלונגענערע און פון די נישט אזוי געלונגענע (איך מיין צו זאגן: די וואס מ’באטיטולט אלס נישט אזוי געלונגען) און ווען איינער פון די בא’טעמט’ע און געלונגענע אינגעלייט זאגט א וויץ לאכט יעדער נישט קיין חילוק אויב עס איז גוט אדער נישט, ווייל אויב פארשטיי איך נישט אז עס איז גוט איז עס זיכער מיין פראבלעם אז איך פארשטיי נישט.

אמאל אבער דער אומגעלונגענער (כנ”ל) קלויבט זיך צוזאם קוראזש און ער זאגט א ווערטל וואס ער האט איבערגעטראכט טויזנט מאל אויב ער זאל זאגן אדער נישט און ווען ער זאגט עס און נישט יעדער פארשטייט גראד, וועט מען אים ווייזן דעם רוקן, און דאס איז עס…

אודאי איז דאס דא אין פארשידענע אופנים, אמאל מער און אמאל ווייניגער אבער עס איז קלאר אז דער זאגער איז א גרויסער מכריע אויף דאס געזאגטע.

ווידעראום אמאל איז דא ווען איר רעדט מיט איינעם און יענער גיט אייך א קאמפלימענט, און אויב יענער איז פון די עליטע געלונגענע גייט איר אהיים אין א גוטן מוהט און איר זענט פרייליך מיט א גוט ווארט וואס איר האט באקומען פון אזא געהויבענעם געלונגענעם… און אויב איז עס פון א “פלעינע” מענטש, נישט עפעס מורא’דיג געלונגען, וועט איר ניטאמאל אין באטראכט נעמען די ווערטער???

נאכאמאל! (וויפיל מאל דארף איך זאגן?) עס איז נישט אלעמאל אזוי נאר אמאל מער און אמאל ווייניגער… יו געט די פוינט?

דא אבער אויף אייוועלט איז דאס מורא’דיג מורא’דיג פיין. ווען איך זאג עפעס ווייסט איר נישט צו איך בין דער איינגעפאלענער צופיקלטער משוגענער וואס אין ביהמ”ד שטייט איר ווייט פון מיר און אויב איז דער ווארט גוט, וועט ארי לאכן (באקומען תגובות וועגן מילצן און לאכטי’ס, וכו’….) און אויב איר לאכט און איר גיט מיר א קאמפלימענט, וואס אפשר וואלט איך מיט אייך נישט אנגעקערט און נישט גענומען ערנסט אייער קאמפלימענט (נישט איך… איך האב ליב יעדן איד… איך רעד דאך פון אייך… איך בין נאר די משל היינט) אבער דא ווייל איר זענט סך הכל א ניק, שטעל איך זיך פאר אז איר זענט א אומגעהויערער גרויסער געלונגענער ביזנעס מאן מיט ווייט שטרעקיגע ביזנעסער און קאנעקשאן’ס אויסער וואס איר זענט א גדול בתורה, און איר ענדיגט ש”ס יעדן פרשת בהעלותך, און דא האט איר אראפגענומען צייט מיר צו געבן א קאמפלימענט…. בין איך זייער צופרידן.

זאל דאס זיין מיין הקדמה צו די נעקסטע 500 תגובות, בעזהשי”ת. און לאמיר האפן אויפצוטוהן פאר אידישקייט צוזאמען.

מיט דאנק

נ.ב. פאר די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי פארוואס איך שרייב נישט עפעס איבער די פרשה וואס איז יעצט אין די נייעס ה”י. וויל איך ענטפערן:

1. דאס וואס יעדער ווייסט דארף איך דאך נישט שרייבן
2. דאס וואס איר ווייסט נישט איז בעסער נישט צו וויסן.
3. אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים, און ווען יענעם’ס בלוט איז אויפן צימבל, און יעדעס ווארט וואס מ’זאגט ברענגט א קאנטער ריאקציע, איז עס א בחינה פון וואס דער הייליגער חפץ חיים רעדט אז אמאל לשון טוב ברענגט לשון הרע, דעריבער איז בעסער צו צוווארטן אביסל און לאזן די ברויזנדע געפילן זיך אפשטילן. און נאר שרייבן אויב מיטן שרייבן טוט מען אויף, און דאס איז ביזדערווייל נישט די קעיס.

תגובות

קיין תגובות.

→ ווייל די ביסט נאך קלייןזייט מתפלל ←