יולי 4 אין די אויגן פון ר’ יו”ט ערליך ע”ה
איך ברענג אייך אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אבער איר תוכן איז גאר פעליג.
יולי 4 אין די אויגן פון ר’ יו”ט ערליך ע”ה
זייער אסאך מאל טראכט איך צו מיר: וואס וואלט ווען מיין רבי געזאגט אויף דעם אדער יענעם? וואס וואלט מיין טאטע געזאגט ווען ער ווייסט אז איך שרייב אויף אייוועלט? וואס וואלט …. געזאגט ווען אהער אדער אהין? בפרט ווען עס קומט צו כלל זאכן זאגן אונז אלס די מגידים דעם נוסחא: וואס וואלט ווען רביה”ק געזאגט צו דעם מצב הדור וכו’ וכו’
איך האב אבער ליב צו שפעקולירן: וואס וואלט יו”ט ערליך געזונגען אויף יולי 4 2012?
און אט אזוי קלער איך מיר ווייטער, און עס פאלט מיר איין א ניגונד’ל וואס ער וואלט ווען געזונגען:
איי איי אמעריטשקע! איי איי אמעריטשקא!
אין א לאנד א גרעיסן
אין א טאג א העיסן
רופט מען אן דזשוליי דעם פערדן
עס רוען די ממשלה
עס רוהט א רוח א פוילע
ניטא אויף די וועגן קיין וואגאנען און קיין פערדן
אלס א דאנק צו געבען
אז מיר טוען לעבן
אין א מדינה של חסדים
דער גוי אויף זיין שטייגער
פייערט דעם חגא ווי א פייגער
אבער דער איד נעמט ארויס דעם כי זה כל האדם
ביינאכט אין דעם עולם השקר
זיי ווארפן פייער קרעקער
דאס דארף צו באדייטן אז זיי פרייען זיך בגילופין
דערנאך משקה און הוליען ביז אויס
רציחות און סתם אזוי נויס
פארפופט דעם טאג אין א פעפעריי א טיעפן
(הויכע טאן) אין די גאסן מען שפירט דעם אינדעפענדענטס
ווילאנג איר זעט אליינס נישט קיין דיפענדענט
ווייל דאן קומט ארויס די מדינה מיט אירע קאלירן
אויב האט איר מיט דעם יוסטיץ זיך אנגעגעגנט
וועט זיך אייך א שאלה פרעגן
וועמען פאפן ווילט איר דא פרובירן
און אז איר גלייכט דעמאקראטיע
מיט די גאנצע אויפגעבלאזענע ביוראקראטיע
האלט נאר מיט די פרעזידענטליכע וואלן
דער רעפובליקאנער זאגט צו לאנגע יארן
דער דעמאקראט גאראנטירט וואס איר ווילט נאר הערן
אבי צו א דעסיזשאן אייך צו צו איילן
אמעריקע ווי איר טוט איר קענען
ווי שענער און שענער די שטאטן זענען
איז דער שקר 10 טפחים אין די הייעך
מען זאגט און מ’מיינט גאר פארקערט
און יעדער ווייסט דער אמת איז אינדערערד
מען שפרינגט נאר מיט די פראפאגאנדע וויפיל עס איז שייך
דערפאר מיינע טייערע אידן
מיר דארפן דאנקען לויבן און זיין צופרידן
אבער נישט פארגעסן אז מיר דארפן בעטן אין שרייען
חסד לאומים חטאת
מיר דארפן נישט די אלע שמאטעס
לשנה הבאה בירושלים
(אויסצוגן, פון א ניגון, וואס ר’ יו”ט ערליך וואלט ווען געזינגען)
Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser
2 תגובות
גאנץ גוט. עס וואלט נאך געדארפט ווערן אביסעל צוגעפוצט בכדי מען זאל קענען אלעס לייגען אויף יו”ט ערליך, אבער באופן כללי האסטו שיין גענוצט זיין סטייל.
אלץ זאלץוואסער גראמען איז עס זייער גוט, איך וואלט געזאגט 8/10.
ייש”כ פאר מהנה זיין
באמת ביזטו גערעכט! נאר וואדען? איך האב קיין סאך ר’ יו”ט ערליכ’ן נישט געהערט מילא האב איך נישט דעם פולן עלרעכישקייט… איך האב נאר געקלערט אז מיט זיין נאמען אין שפיל דערהערט מען עס ערנסטער און ווי נישט ווי איז עס עטוואז זיין סטייל
ישר כח פארן קאמענטירן. עס “גיט חיזוק” צו שרייבן ווייטער