זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

600 ווייזט אויף השלמה (מיין מודעה אויף אייוועלט)

9 יאנואר 2013, 22:25 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

.

אין די ספה”ק ווערט געברענגט אז דער נומער רעפרעזענטירט “גאנצקייט” השלמה! פארוואס? ווייל א נקודה איז איינס, און עס האט נישט קיין זייטן. א קו (ליניע) איז צוויי עס האט צוויי עקן, א שטח איז 4 ווייל עס האט 4 זייטן און א גוש (א באקס) איז 6 ווייל עס האט 6 זייטן, און מער זייטן קען מען נישט האבן אפילו א סטאפ סיין האט נאר 6 זייטן און 2 דערפון זענען אריינגעשניטן…

עס האט מיך אלס געוואונדערט פארוואס די ספרי מחשבה רעכענען אויס דעם ענין, און זיי זאגן א מין לשון אז די חוקרים האבן אויסגעפונען אז עס איז טאקע נאר דא 6 זייטן, און דאס אלעס! איך האב נישט געקענט דערטראכטן פארוואס דארף מען חוקרים פארדעם? עס איז דאך פשוט… מ’שאקלט לולב אויף אלע זייטן, און עס איז נאר 6, און קען מיר דען איינער ווייזן נאך א זייט אויסער דרום צפון מזרח מערב מעלה מטה?

באמת אז איך קריך אוועק פון ענין פאר א מינוט האב איך שוין געהאט א תשובה דערויף און עס איז נישט אזוי פשוט אז די השלמה איז ביי 6. און איר קענט זיך עס איבערצייגן ווען עס קומט צו רוחניות זייטן, דאס הייסט ווען מ’רעדט פון גייסטישע זייטן, דהיינו ווען עס איז דא א דין ודברים, אדער א מחלוקה אדער מיינונגס פארשידענהייטן, קען מען יא זעהן אז א זאך קען האבן מער ווי זעקס זייטן.

אבער לעומת זה, איז ביי די ענינים נישט דא קיין כללים, ווייל ביי א מחלוקה, איז אפילו נישט שייך דער כלל אז א שטעקן האט צוויי עקן, ווי איר קענט זיך איבערצייגן אז א מחלוקה איז א שטעקן מיט אסאך מער עקן, און מ’ווייסט אליינס נישט אין וואס מ’טרעט אריין ווען מ’האט א מחלוקה’לע און מיט וויפיל עקן מ’קען זיך אליינס שעדיגן.

אלנספאלס צוריק צום ענין איז 6 א דבר השלם. און דערנאך דארף מען נעמען פון יעדע נומערן גרופה איינס, דאס הייסט פון די איינזער’ס און פון די צענער’ס און פון די הונדערטער’ס און פון די טויזנטער’ס. דאס איז אלע גרופע’ס פון נומער’ן, און פון טויזנט אין ארויף נישט קיין חילוק מיט וואסערן נאמען מ’רופט עס באציהט זיך אלעס צו וויפיל מאל טויזנט מ’רעכנט. (אזוי שטייט אין די ספרים) און דערפאר זענען אידן “זעקס” “הונדערט” “טויזנט”, וואס דאס ווייזט אויף השלמה.

איז נאר שווער אז דער צענער איז נישט דא! עס איז דא זעקס וואס דאס איז פון די איינזער נומערן, און הונדערט און טויזנט, ווי איז דער צען נומער? זאגן די ספרים אז צעהן איז נישט שייך אריינצולייגן ווען מ’וויל ארויף גיין העכער. ווייל פון די צענער’ס ווערט אויטאמאטיש דער הונדערטער אויב גייט מען ארויף. דהיינו לאמיר פרובירן:

עס וואלט געקענט זיין “זעקס” און “צוואנציג” “הונדערט” טויזנט? ניין ווייל דאס גייט שוין הייסן 2 מיליאן זעקס הונדערט טויזנט, און עס איז ווייטער נישט דא קיין צענער! בקיצור אזוי שטייט אין די ספרים הקדושים.

מיר איז אלס שווער געווען עס וואלט דאך געקענט זיין זעקס הונדערט טויזנט און צוואנציג? וואס דאס איז שוין יא שייך? אבער ווי עס איז משמע איז דער תירוץ אז דאס איז ווייטער נישט קיין דבר השלם, ווייל מ’גייט אראפ צו א צובראכענעם הונדערטער, דאס מיינט אז די רייע מוז גיין פון קליין אויף גרויס, אויב נישט איז עס נישט קיין דבר השלם. ודו”ק.

לענינינו! איך האב ב”ה מיט דעם תגובה, דערגרייכט מיין ציהל פון 600 תגובות, און דאס גיט מיר א געפיל פון השלמה, אין דעם ענין פון שרייבן אויף אייוועלט. הגם איך וואלט געקענט ווען פרובירן צו גיין ביז זעקס הונדערט טויזנט אבער מה יעשה הפען שלא יכתוב וועט עס קיינמאל צו דעם נישט אנקומען. מילא מוז איך אננעמען השלמה ביי 600.

מיינע טייערע פריינט! עס איז מיר געווען און איז ווייטער א גרויס פארגעניגן צו זיין א טייל אין דעם גראנדיעזן אינטערוועלט ווי אידן קענען שמועסן און פארברענגען אויף א אופן וואס איז ב”ה אזוי אינפארמאטיוו, און פראדאקטיוו. איך אליינס האב שוין געטון געשעפטן דורך מיין אנוועזנהייט אויף די וועלטל, און עס איז באמת ווערט יעדע מינוט.

אבער צוליב געוויסע טעכנישע, און טשעכישע סיבות מוז איך אביסל מינימיזירן מיין אנוועזנהייט און איך וועל איבערגעבן מיין פלאץ פאר סיי וועם עס וויל עס נעמען. איך מאך נישט קיין נדר פון נאו ריטוירן עס איז נאר א צייטווייליגע (ווייס נישט וויפיל צייט) מניעה, וואס איך מיין עס וועט זיך ארויסשטעלן אז איך וועל נישט שרייבן דא קיין סאך מער.

וועט איר דאך וועלן וויסן וואס מיינע מניעות זענען, און איר וועט נישט פרעגן ווייל איר זענט מענטשן, און עס איז נישט מענטשליך זיך צו מישן אין יענעם’ס פריוואטע געשעפטן.

וועל איך אייך זאגן!

1. איר האט גוט געטון אז איר פרעגט נישט
2. איך וועל אייך געבן א טוץ מיט אפציע’ס און וועלכע עס וועט אייך בעסער געפעלן קענט איר נוצן. וזה החלי:

א. גילוי! צופיל מענטשן ווייסן אדער ווילן וויסן און מאכן זיך ווייסן, און רעדן פון ווייסן
ב. מיין ווייב איז חושד אז איך בין זאלץוואסער, און איך ציטער אז זי וועט מיך אנהייבן אראפצורייסן אויף אייוועלט.
ג. מיין בעה”ב וויל מיך מער נישט זעהן אויף אייוועלט, ער סטראשעט אז ער וועט מיר צוריק געבן די אלטע דזשאב פון לעקן סטעמפ’ס און איך האב עס נישט ליב (בפרט די נייע סטעמפ’ס האבן זייער נישט קיין גוטע טעם [ווער עס ווייסט ווייסט])
ד. איך האב געארבעט ביז היינט אויף בוכער, און יעצט ארבעט איך אונטער בוכער, עס איז סאך גרינגער צו שרייבן אויף א בוך ווי אונטער א בוך.
ה. מיינע טעקסעס זענען ארויף און איך דארף אנהייבן צו ארבעטן א עקסטערע האלבע שעה צו קאווערן און דאס קאסט מיך מער טעקסעס, דארף איך ארבעטן נאך 15 מינוט דאס צו קאווערן, און דאס קאסט מיך מער טעקסעס, און . . . . מילא האב איך נישט קיין צייט צו שרייבן. (מיין פען ארבעט נאך? איר זעהט טינט?)
ו. מיין באס קיין וומסב”ג האט אנגעהויבן צו פארן אויף א נייע וועג און עס באמפט סאך מער און איך קען נישט מער שרייבן דארט (אויפן באס פלעג איך די מערסטע קענען שרייבן, ווייל קיין בעלי חובות קענען מיך דארט נישט טרעפן)
ז. איך בין אויסגעלאפן פון איידיע’ס
ח. איך בין געווארן געהייערט פון א צווייטע ניק צו שרייבן פאר אים, ער וויל ווייזן פאר זיין בעה”ב אז ער קען יא!
ט. לכבוד שובבי”ם וויל איך ווייניגער זיין אויף די אינטערנעץ
י. איך ווארף אוועק מיין טעלעפאן און אויף די מאושר’דיגע טעלעפאן וועל איך נישט קענען ארויף גיין אויף די וועלטל מילא מוז איך זיך ארויסשאלטערן כדי נישט צו האבן קאפוויי וד”ל.

און אזוי האב איך נאך און נאך תירוצים וואס איר קענט נוצן. און אויב איר שפירט אז פון די 10 איז קיין איינס נישט גוט, דעמאלס וועל איך אייך אין אישי געבן נאך ווען די צייט ערלויבט.

מיינע טייערע פריינט האטס מיר א גוט געבענטשט יאר, און א געלונגענעם כפרות שלאגן, א הערליכן אתרוג, ריינע אויל צו די מנורה, א גראגער פון האלץ, זאלץ וואסער מיט אלע טעמים, בלומען פון הר הכרמל פאר שבועות, מיט א גוטע וואקאציע אינעם זומער, ועוד.

זאלץוואסער

נ.ב. איר קענט אויך נוצן די סיבה אז איך האב מוז פארלוירן אין די פארגאנגענע וואלן, און מיין ווייב האט זיך צאמעגעשמועסט מיט ראמני’ס פלונית’טע און זי האט געזאגט זי לאזט נישט איר מאן נאכאמאל לויפן, וויל מיין להבדיל אלף אלפי גזיליאנען הבדלות מיר אויך נישט לאזן לויפן. און גערעכט איז זי ווי זי טענה’ט: איף יו קענט טעיק די היט דאנט סטענד אין די דיינינגרום

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

תגובות

קיין תגובות.

→ יולי 4 אין די אויגן פון ר’ יו”ט ערליך ע”הא מסירות נפש אשכול ←