זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

וואס וועלן מיר ענטפערן?

17 יאנואר 2013, 01:40 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(געשריבן אויף אייוועלט פארגאנגענעם חודש אלול)

ווען איך בין קלענער געווען פלעגט מיין פאטער מיר דערציילן ווי אזוי מ’האט זיך אמאליגע צייטן געפלאגט אויפן דאללער, און ווי שטארק מ’האט זיך געהאלטן ביי נסיונות. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן א ער”ח אלול, ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי א א’ סליחות איז געווען און ווי מ’האט געזעהן אידן ברעטשען פאר שרעק אין ביהמ”ד און אז עס האט אויסגעזעהן די הייליגע טעג ווי ערב מלחמה.

מיין זיידע פלעגט מיר פארציילן וויאזוי די אידן וואס זענען געקומען אויף אמעריקע האבן פארלוירן זייערע דזשאב’ס פארן נישט וועלן ארבעטן שבת. ער פלעגט מיר פארציילן וויאזוי מ’האט געדארפט פארן שטרעקע’ס צו האבן ריכטיגע כשר’ע מילך, אנע דעם וואס מ’זאל האבן אייגענע אויטא’ס. ער פלעגט פארציילן וויאזוי מ’האט זיך געדארפט ספראווען מיט גויאישע שכנים, אפילו נאר ווען עס איז געקומען צו א קידוש לבנה טענצל, כ”ש בן בנו של ק”ו ווען מ’האט געוואלט מאכן א ערב פסח שריפת חמץ וויאזוי די אנטיסעמיטישע גוים האבן געמאכט פראבלעמען.

אין ביהמ”ד פלעגן די זקנים אלס פארציילן און איבערשמועסן וויאזוי מ’האט זיך געפלאגט מיט א טעפל און קעסל צו האבן צוגעשטעלט ווארים’ס אויף שבת, און די ארץ ישראל’דיגע אידן ווי מ’פלעגט טראגן דעם טשולנט צום בעקער עס צו האלטן ווארים. זיי פלעגן פארציילן ווי מ’איז געקומען אין מקוה אין די קאלטע צופרי’ס און די מקוה האט געהאט די איינציגע ווארימקייט וואס איז געבליבן פון די נעכטיגע טבילות, זיי פלעגן דערציילן ווי מ’האט געדארפט פארן צום פארם צו שלאגן כפרות און די לאנגע רייע’ס ביים קויפן מצות.

און ווען איך בין אינטערגעוואקסן האב איך נאטירט זאכן וואס איך האב געהאפט צו קענען קוועטשן און קאמפלעינען פאר מיינע קינדער ווי שווער עס איז מיר אנגעקומען צו זיין א איד. אבער איך האב נישט געטראפן גארנישט דראמאטיש. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן זיצן אויף בענק מיט ספלינטער’ס אין קעמפ אדער אז מיר האבן געדארפט נוצן האנטוכער מיט לעכער. איך האב געוואלט קענען זאגן אז מיר פלעגן דארפן נוצן “איצקאוויטש קאפי” און אז עס איז נישט געווען עירקאנדישן אין קעמפ אין לאנטש רום. איך האב געוואלט זיי זאגן אז מיר פלעגן גיין שפאצירן א מייל און באקומען א פאקסי פאפ נישט קיין גאנצע אויפגעבלאזענע בעג מיט מטעמים. ועוד ועוד…

אבער! עס קלינגט עפעס נישט דראמאטיש! איך זעה אז אויב וועל איך שטאלצירן מיט מיין אידישקייט פאר מיינע קינדער אין ליכט פון די אלע אויבנדערמאנטע שוועריגקייטן וועלן זיי זיך שטעלן אין א ווינקל און זיך אונטערשמייכלען און פרעגן: דאס הייסט שווער? מיר האבן עס אסאך שווערער! ווען אונז גיי מיר אין חדר ווארט מען אונז אפ ביים טיר און מ’גריסט אונז אבער ווען עס קומען אריין אפאר קינדער אויף אמאל ווערט נישט יעדער עקסטער געגריסט, ווען אונז גיי מיר ארויף אויפן באס דארפן מיר זיצן אינמיטן אויב איינער זיצט שוין ביים פענסטער און ווי שווער דאס קומט אן. אויב אונז קען מיר א חזרה פארהער באקומט מען דארט א צוויי דריי ספרים’לעך אדער אנדערע מתנות וואס זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג טייער. וכו’.

איך שפיר ווי אונז זענען מיר א סענדוויטש דור! איך האב געמיינט נאכן כאפן פעטש פון מיין רבי’ן אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך נקמה נעמען אין די קומענדיגע דורות און דארט טיילן קנאקעדיגע פעטש. און? אבערווייז! היינט טאר מען שוין נישט שלאגן, מ’מעג נאר רעדן שיין! און מסביר זיין מיט א משל אז מ’מוז זיין וואויל.

איך האב געמיינט ווען מיין מנהל האט מיך איבערגעדרייט מיטן מאטראץ פארן נישט אויפשטיין פארטאג’ס אז איין טאג וועל איך דרייען מאטראצן און פארפירן אן קיינעם וואס זאל מיר שאפן אויפן קאפ וואס צו טון. און? היינט איז דאס בכלל אומאיידל!

איך האב געמיינט ווען מיין טאטע פלעגט מיך מוסר’ן פארן ארויסקוקן אינמיטן בענטשן פון סידור’ל אז איך וועל דאס טון שפעטער פארן קומענדיגן דור. עה! זיי קוקן נישט אריין אין פירסט פלעיס!

וואס גייט דא פאר?

אבער מיין גרעסטע קשי’ איז: ווען מיר וועלן עלטער ווערן און אונזערע קינדער וועלן לעכצן צו הערן עפעס א אידישקייט מעשה וויאזוי מיר האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט, וואס וועלן מיר ענטפערן? וואס וועלן מיר ווייזן? אה! א קאמפיוטער האט מען געמוזט האבן פאר פרנסה! פארן אויף שוי’ס? פאר פרנסה! דאווענען אן מנין? פאר פרנסה! וכו’ וכו’…. און וואס פארן באשעפער?

מיינע טייערע פריינט איך בין נישט ח”ו מקטרג! איך זאג נאר אז ער”ח אלול איז צייט זיך אונטער צו נעמען א דבר טוב, און יא האבן וואס צו ווייזן! און מיט דעם זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

תגובות

קיין תגובות.

→ א מסירות נפש אשכולגעגנב’טער בערזל סייעתא דשמיא.. ←