זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

א טראגעדיע!

18 יאנואר 2013, 18:56 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

הערט א מעשה, און לייענט רואיג! באשולדיגט מיך נישט אין משוגעת ווייל איך וויל ארויסברענגען א נקודה וואס איך האף איר וועט פארשטיין

ומעשה שהי’ כך הי’

ערגעץ ווי אין א שטיל ווינקל צווישן ביימער און גראז איז א ריזיגע אסיפה פאררופן געווארן מיט קיין שום פריערדיגע ווארענונג. דער גובערנאטאר פונעם פלאץ שטייט אויבנאן און די געמיינדע וויכטיגע און נישט אזוי וויכטיגע מיטגלידער פון די געמיינדע דרייען זיך ארום, עס איז נישטא קיין בענקלעך אדער טישן ווייל דארט אין לאנד פירט מען זיך, נישט צו זיצן ארום טישן ווען מען קאנפערירט, אפילו דער יו”ר שטייט אויף די פוס, און יעדערער אין פלוין דרייט זיך ארום ווי אן קיין ציל, ווארטנדיג צו הערן וואס וויל דער גובערנאטאר היינט?

מיט א שטילע שטימע ווי זיין געוויינליכער שטייגער עפנט דער גובערנאטאר די אסיפה און פאררופט זיך צו א שרעקליכע טראגעדיע וואס פלאגט זיין קאנסטיטשענסי.

מיינע טייערע פריינט! שוין א לאנגע צייט וואס מיר ליידן אויף א שרעקליכע נאטורליכע אויסברוך ווי איר אלע ווייסט יעדע שטיק צייט קומט אראפ א ריזיג שווארצע מאסע פון ראבער און לעדער און צומאל אויך זאמדלעך און שטויבלעך און צודריקט און הארגעט צומאל צענדליגער אדער הונדערטער פון אונזערע מיטגלידער, מיר האבן דאס אנהייב נישט אזוי ערנסט גענומען קלערנדיג אז עס איז א צופאל, אבער עס איז געקומען צו א מצב פון אוי לי אם לא אומר, דעריבער האבן מיר זיך געוואנדן צו די סייענטיסטן און סייקאלאדזשיסטן, און מעטעראלאדזשיסטן, אויסצוגעפונען אויב דאס איז א נאטורליכע דיזעסטער אדער א וועטער אויסברוך, אדער אפשר גאר א משוגעת אויסברוך. און יעצט וועלן מיר האבן די זכי’ צו הערן פון אונזער אלעמען באליבטן סייענטיסט מר. מערעטשקע פון די בארימטע מערעטשקע סייענטיפיק משפחה.

אזוי איז די אסיפה אנגעגאנגען אין די געמיינדע פון די “מורישקע’ס” ווי מ’האט זיך געפלאגט צו פארשטיין די נייע אנשיקעניש ווען מ’זעהט א ריזיג שטיק לעדער טוט לאנדען אויף די געמיינדע און הארגעט אוועק הונדערטער און טויזנטער מעמבער’ס פון די משפחה…

מר. מערעטשקע: לויט אונזערע שטודיע’ס קומט די מאסע פון לעדער און ראבער פון א לאנגע צייט אנגעהויפנטע שטויבעלעך וואס זאמלט זיך אן אין די לופט און דאס טוט שאדן פאר די ענווייראמענט, און אויב וועלן מיר נישט שוין עפעס טון דערצו, וועט מיט די צייט די גאנצע לופט ווערן א שטיק לעדער און מיר אלע וועלן שטארבן אלס רעזולטאט.

קולות צווישן די גערופענע: מר. סייענטיסט וואס קען מען טון???? מר’ סייענטיסט ווי קען מען לויפן??? מר’ סייענטיסט זענט איר זיכער מיט אייער אנאליז?

מר. מערעטשקע: שששששש טייערע פריינט! רואיג! מיר ווייסן קלאר אז אונזער אנאליז איז ריכטיג, ווייל לויט אונזער שאצונג פון אבזערווירן א גרינעם בלאט וואס איז דא אריינגעפאלן אין אונזער קעמפ שוין זייער א לאנגע צייט צוריק מער ווי דריי טאג, און עס פאנגט אן צו ענדערן קאלירן פון גרין צו ברוין, זעהן מיר אז די וועלט שטייט שוין מער ווי א האלב יאר, עס איז אפילו דא א סברא אז עס גייט שוין צוריק אזוי לאנג ווי דריי גאנצע יאר, און פארדעם איז אויך געקומען אזא עפידעמיע וואס האט אומגעברענגט די מעריטשהייט, און דאן האט זיך די וועלט נאכאמאל אנגעהויבן ווי מיר זעהן קלאר לויט די נייטונגען פון דעם בלעטל וואס איר קענט אלע זעהן.

אונזערע גבורים האבן שוין פרובירט צו רוקן דעם בלעטל און נישט געקענט, און יעצט ווען די קאלירן טוישן זיך זעהט מען קלאר אז עס ווערט גרינגער צום רוקן דעריבער איז לאגיש צו זאגן אז אזוי ווי דער בלעטל ווערט צוביסלעך אויס, וועט די גאנצע וועלט נאכאמאל ווערן אויס, און עס וועט זיך צוריק אנהייבן…..

אויף די פראגע פון, וואס צו טון יעצט? מיר קענען נאר איין זאך טון, מיר מוזן אנהייבן צו היטן אויף די אנווייראמענט! יעדער וועט מוזן פון היינט אין ווייטער טאג איין טאג אויס איינשלינגען א שטויבל צו מינימיזירן די שטויבל אוואלוציע און אזוי ארום וועלן מיר אפשר קענען עלימינירן די ריזיגע לעדערנע מגיפה…

גובערנאטאר: ישר כח הער מערעטשקע. יעצט וועלן מיר הערן עצות און אנאליזן פון אונזער אלעמען געשעצטן מר’ מערעטשקאוויץ דער גרויסער פסיכיאטאר.

מר. מערעטשקאוויץ: אונזערע פסיכיאטארישע פראפעסארן האבן זיך שוין געפלאגט זייער א לאנע צייט צו פארענטפערן די פינאמענע און וואס ברענגט די עפידעמיע. און נאך שטודירן די מורישקע מח זייער גרונטליך זענען מיר געקומען צו די פאלגענדע החלטות: דער אמת איז אז מיר מורישקע’ס זענען נישט בכלל פארהאנדן אויף די וועלט, און מיר לעבן אין א גרויסן חלום, און אין די טעכנאלאגישע וועלט ווי מיר געפונען זיך היינט ווי מיר קענען זיך באהאלטן אינטער א עפל פאר א לאנגע צייט ווייל ס’איז באשפריצט מיט כעמיקאלן פון די “מענטשהייט” דאס מאכט אונז חלום’ן מער ווי געוויינליך. מילא איז אונזער אויספיר אז די גאנצע לעדערנע מגיפה איז א חלום און מ’דארף ארבעטן צו מסביר זיין פארן מוח אז ס’איז נישט אמת עס איז או סי די און בי בי די וכו….

געוואלד….. ראטעוועט….. לויפט…… די לעדער איז דא! שרעקליך! אינמיטן אזא שיינעם כינוס און די עפידעמיע איז דא! העלפט! מען הערט פארצווייפלטע רופן פון די צוטרויטענע און ווי אלעמאל ווערט די מאסע לעדער פארשווינדן, און דער עולם שטייט פארגאפט ערשטוינט און געפלעפט נישט וויסנדיג וואס צו זאגן פאר די אומגליקליכע משפחה מיטגלידער פון די נארוואס אומגעקומענע. און די לופט ווערט מער און מער אנגעצויגן, די שרעק וואקסט הויך, עס הערשט א טאפנדע שטילקייט.

ביז די שטילקייט ווערט געבראכן פון הער מייערטשקע וואס שרייט ווי מיט נישט זיין שטימע: ווארפט אראפ דעם פאררוקטן פסיכיאטאר, ער שטייט און דרש’ט אז מיר חלומ’ן און דא קוקט וואס האט פאסירט!!!

מר. מעריטשקאוויץ: ווארט! נישט אזוי ווילד! לאמיך מסביר זיין! ווער זאגט אז דאס וואס די האסט יעצט געזעהן איז נישט קיין חלום? וכו’ וכו’.

גובערנאטאר: יעצט וועלן מיר הערן לעסט באט נאט ליעסט אונזער אלעמען באקאנטן מעטעראלאדזשיסט וועט זאגן א וועטער ריפארט און צו דאס קען אפעקטירן די לעדער מאסע מגיפה. מר’ לעזעריטשקע יו אר אן:

מר לעזעריטשקע: מיינע טייערע מורישקע’ס לויט אונזערע פראפעסיאנאלע אנאליזן האט דאס אסאך צו טון מיט די היץ וואס ברענגט א כוואליע פון אטאמען וואס נעמען זיך צוזאם און פארמירן א לעדערנעם אויבערפלאך וואס פאלץ אויפן ציבור. דעריבער איז אונזער רעקאמענדאציע דער עולם זאל זיך באהאלטן אינטער שטיינער, עפל, בלעטער, ווען די זון שיינט, און אזוי ארום ווערן געהיטן פון אלעם בייזן.

די אסיפה איז געשלאסן געווארן מיט א הייסע געזאנג פון די מורישקע הימנע “אין די לאנד פון מורישקע’ס, פול מיט עפל און בוריקע’ס” עפעס אזוי. און איינשטימיג אנגענומען די פארשלאג אז דאס האט צו טון מיט די היץ און מ’דארף זיך באהאלטן….

וואס זאל איך אייך זאגן איר קוקט מיך אודאי אן משוגע פארן זיך צוהערן צו א אסיפה פון די מורישקע’ס אבער נייגעריגקייט איז אן קיין גבולים, האב איך געווארט אויף די קומענדיגע מודעות פון די נעקסטע אסיפה וואס איז שנעל געקומען, און דארט האט מען אין קורצן אויפגעברענגט פארדאכטן אז עס האט נישט מיט היץ והא ראי’ אפילו אין קאלטע וועטער’ס גייט אן די מגיפה… און אזוי איז געווען אסיפות קטנות וגדולות, מיט עצות און איידיע’ס איינס בעסער פון צווייטן, ביז די האלבע יאר חיות זייערע איז אויסגעגאנגען מלא קשיות אויף די בריאה….

לענינינו: מיר דרייען זיך ארום אויף דעם קליינעם וועלטל און מיר זענען כחגבים בעינינו און כל שכן זענען מיר ניטעמאל א שטויבל אין די בריאה, אבער ווען עס קומט צו שטודירן דעם הייליגן באשעפער’ס וועלטל, מיינען מיר אז מיר מוזן אלעס פארשטיין, און אויב מיר פארשטייען נישט וועלן מיר דרייען מיטן פינגער ביז עס דרייט זיך אראפ, אדער וועלן מיר ח”ו בלייבן מיט קשיות (נישט אויף אונז געזאגט, איך רעד פון די נייע כפירה באוועגונג) ה”י.

דערפאר איז מיין מעסעדזש צו די אלע קאקעראוטשעס, און קליגע פראפעסארן מענטשעלע-מערעטשקע’ס: לאזט אונזער הייליגן באשעפער פירן זיין וועלטל, ער האט דאס ביז היינט געפירט אן אייער הילף… ווייל איר זעהט אויס ווי די מערישקע’ס וואס מיינען אויף די שיך אייערע אז דאס איז א ראבער עפעדעמיע, און איר לאכט אודאי פון די נאאיווע מורישקע’ס, וויסן זאלט איר אז עס איז דא ווער עס לאכט פון אייך אויך… אויב מיינט איר אז אין דעם מוח קטן אייער’ס פיל מיט פארפוילטע דזשעלי דארף אלעס פארשטיין און אן דעם וועט איר שטעלן ח”ו פראגן קעגן די בריאה, דאן אנשטאט צו פרעגן די קשיות קענט איר מיך דזשוינען ביי די מורישקע מיטינג, און אפשר אויך אריינרעדן אמאל מיט א עצה.

Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser

תגובות

קיין תגובות.

→ געגנב’טער בערזל סייעתא דשמיא..תפילין לייגן סאמעטוכע ←