תפילין לייגן סאמעטוכע
די מעשה גייט שוין צוריק א לאנגע צייט, אבער איז נאך אלס פעליג.
איך האף אז דער וואס דארף לייענען דעם ארטיקל זאל עס לייענען.
איך קום אריין אין ביהמ”ד (איך פלעג דאווענען אין א קליין שולעכל ווי מ’פלעגט איבערלאזן די טלית בייטלעך אויף א באשטימט פלאץ אזוי אז מ’האט נישט געברויכט יעדן טאג ברענגען, און דאס איז גרינגער געווען פאר די ארבייטער’ס וואס מוזן תיכף נאכן דאווענען גיין אין די ארבעט, אז די תפילין זאל נישט דארפן מיטוואנדערן.
איין טאג קום איך אריין און מיט איין אטעם לויף איך כאפן מיין טו”ת, ווייל איך דארף נאך כאפן אסאך זאכן פאר איך ענדיג דאווענען. כאפן: א מקוה, כאפן: א קאווע, כאפן: א מנין, און אמאל אמאל כאפן: א דאוון… און איך שטרעק אויס מיין האנט ווי בתי’ צו כאפן מיין טלית בייטל. והילד איננו… דער בייטל ליגט נישט דארט. מיין מוח פארטראגט נישט קיין סורפרייזעס אזוי ווי די, און איך גיי אריין אין הייפער מאוד, איך זוך מיט לעכט מיין טלית בייטל (נישט עכטע לעכט…) און איך דריי איבער דעם ביהמ”ד צו טרעפן ווי עס קען זיין, איך שפעקוליר, אפשר האב איך עס ערגעץ אנדערש געלייגט, אפשר האב איך עס אהיים געטראגן, איך געדענק זיכער אז נישט…
ביז ענדליך טרעף איך מיין טלית בייטל ליגן שיין אויף א טיש צווישן די דאווענער’ס און איך אטעם אפ, איך נעם ארום דעם בייטל ווי עס איז דער גרעסטער אוצר, איך בין דאך געווען אזוי נערוועז… איך שטעל אים אנידער אויף מיין מקום קבוע און הייב אן “ברכי נפשי” מיט א הויכע זינגעדיגע מעלאדיע (ווען איך בין גוט אויפגעלייגט טוה איך אזוי, ווען נישט זאג איך עס שטיל אז קיינער זאל נישט הערן ווי איך כיפער…) און מיט מיינע צוגעוואוינטע הענט צום רוטין וויל איך כאפן די ציצית און אנהייבן פליקן ביי די זייטן, אבער די ציצית איז נישטא. איך וועק מיך אויף פון חלום, (איך מיין צו זאגן פון ניוטרעל מאד ווען אלעס פארט ווי געוואוינט) און איך זוך די ציצית, און איך באמערק עס איז דא אלע ציצית נאר זיי ליגן אויף די אנדערע זייט ווי איך בין געוויינליך געוואוינט, נו! נישט קיין פראבלעם איך קען דערגרייכן אהין אויך איך געב א כאפ די ציצית פליק אהער פליק אהין, און איך וויקל מיך איין אינעם טלית און הייב אן מה יקר… איך שפיר א ווארימקייט אינעם טלית ווי למשל איך לייג היינט דעם צווייטן מאל טלית און תפילין…
… איך כאפ שוין ענדליך אז איך בין א קרבן פון א “אנאנימער שואל” וואס האט היינט אנגעטון אויפן קרקפתא מיין טלית און תפילין. (איך בין א שטיקל ת”ח אין די זייט אויך: עס איז א גאנצע שאלה אויב ער האט יוצא געווען, עס איז דא דיעות לכאן ולכאן, אבער אזויפיל איז זיכער אז אויב דער בעל הבית איז אים מוחל האט ער ענדערש יוצא געווען. נו וואס זאל איך דען נישט טון א יוד זאל נישט זיין קיין קרקפתא דלא מנח… איך בין אים מוחל מיטן גאנצן הארץ קלער איך)
לשם יחוד… מיט א אימפעט ווייל אונזער בעל תפילה אנערקענט נישט אז איך האב געהאט היינט עקסטערע שוועריגקייטן, און אז איך וויל קען איך אים בעטן ער זאל מיך ווארטן ער וועט עס טון נאך עלינו… איך יאג אריין צווויי הענט אין בייטל, און שלעפ ארויס דעם רעכטן בייטל פאר מיין רש”י תפילין און כאפ דעם של יד… איין מינוט! עס איז דאך דער של ראש…. ווי קען מעגליך זיין איך לייג דאך דעם של יד אויף די אנדערע זייט? אה דער קרקפתא האט זעהט אויס א טעות געמאכט. שוין א גאנצע פראבלעם וואס טוט מען? צוריק לייגן קען מען נישט וכו’…. איך לייג אריין די צווייטע האנט און שלעפ ארויס דעם של יד, איך בין דאך זיכער אז דאס איז של יד, ווייל דעם של ראש האב איך שוין פלאצירט אויף א ריזיגע כתובות גמרא ווארטן אינדרויסן פאר זיין רייע.
והנה איך האלט שוין אינמיטן ארויף ציען די ארבל און שלעפן דעם בית’ל צום אויבערשטן קיבורת און איך זעה אז עפעס טויג ווייטער נישט… איר קענט אודאי זיך פארשטעלן דעם בליק וואס איינער גיט ווען קיינער רעדט נישט צו אים אבער ער איז מסופק אויף עפעס, מ’קוקט אן דעם חפץ מפארשטרענגערט די אויגן און א האלבן זויערן שמייכל אויף די לעפצן און מ’קלאצט (נאר צום וויסן פאר נעקסטיים) דאס איז עפעס נישט ווי אלעמאל. איך האב דאך אויף מיין רש”י תפילין גאר אלטע רצועות. און דא אזוינע שיינע? אוי וויי סארא קאפ, דער קרקפתא איז עפעס נישט געווען היינט אין ארדענונג, איך קוק אויפן בייטל “עס איז מיינע הייליגע ר”ת תפילין” דער בוטא האט אריינגעלייגט מיין ר”ת’ס במקום רש”י וכו’.
שוין ווייטער א פראבלעם וואס טוט מען? איך פרעג א שאלה פונעם נעקסטן גרעסטן ת”ח וואס איך קען טרעפן אין מיינע ד’ אמות של הלכה און יענער ווייזט מיר אין די הענט צו מאכן דעם ליין אפ ווייטער אויף די כתובות גמרא. יעצט ליגט שוין א של ראש א של יד, און איך בין נערוועז ביזן הימל אז עס זאל נישט פליען (מיין טיש האט א טבע זיך מיטצושאקלען מיט די דאווענער’ס) און שוין איך לייג אריין די הענט איך שלעפ ארויס דעם רש”י פון בייטל, און איך קוק אזוי אויף מיין טלית בייטל עס ליגט פלעט אינגאנצן נישט ווי זיין שטייגער, ער איז געוויינליך נאר ליידיג אויף איין זייט אויף אמאל)
הודו לד’ קראו בשמו… דער בע”ת יאגט און איך פרוביר שנעל נאכצויאגן, איך טוה אן דעם רש”י של יד, יא דאס איז עס מיינע אלטע באליבטע רצועות, און איך מאך א ברכה הויך און קלאר און היידא איך כאפ דעך של ראש און איך מאך א ברכה שטיל ווי די הלכה, און פאנג אן צו ארום דרייען די פינגער’ס אינטערן קאפל צו באפעסטיגן דעם של ראש. אבער… איך שלעפ אויף איין זייט פאלט עס אינגאנצן אהין, אויף די צווייטע אויך, עס איז עפעס נישט מיין טאג, וואס איז די פראבלעם? אה! דער קרקפתא האט געהאט א קלענערן קאפ און ער האט צוזאם געצויגן מיין קשר, און דא שטיי איך נאך א ברכה און קען נישט באפעסטיגן די תפילין. איך פרוביר מיט אלע קרעפטן איך שלעפ ארויף דעם בית’ל ביזן מקום מוכן און יוצא אויף די הנחה, דערנאך שלעפ איך אראפ דעם קשר צום גריבל און יוצא די זייט אויך (העכסטנס ליגן זיי נישט ביידע אויף אמאל אין פלאץ איך האב דאך נישט קיין אנדערר ברירה). און איך שימף אויף כח ווי א בוריק.
נאך 5 מינוט שלעפן טוה איך אויס דעם של ראש, און זוך אויף איינער וואס קען מיר העלפן מיטן קשר? ביז איך האב געטראפן און ביז איך בין געווען צוריק אויפן פלאץ ערשעפט האט דער בעל תפילה אפגעטון דאס זייניגע, און איך האב רעזיגנירט….
דעריבער ווענד איך מיך צו דיר מיין טייערער קרקפתא’לע!
ווען די לייגסט צוזאם מיין טלית, טוה עס לויט די ליין’ס!!!! איך פלאג מיך צו האלטן א שטארקן קנייטש…
ווען די לייגסט צוריק דעם בייטל פרוביר צו געדענקען וועלכע זייט די האסט עס גענומען (איך פלאג מיך נאך אלס צו פארשטיין וויאזוי ער האט געמאכט אזא גוטן ארבעט, עס מוז זיין א אויסגערעכנטע מיסטעיק)
ווען די לייגסט צוריק דעם של ראש און של יד זאלסטו זיך פארשטעלן כאילו די לייגסט יא דיין תפילין, און לייג זיי צוריק אין פלאץ
ווען די זעהסט אז דער של ראש איז דיר צו גרויס פרוביר אריינצולייגן אביסל אין מח דאס קען דיר פארגרעסערן דעם קאפ. אדער אין ערגסטן פאל ציה ציריק דעם קשר ווי עס איז געווען פאר די האסט עס גענומען…
אה! שיעור פארגעסן: ווען די יאגסט ארויס פון שול, אפשר קענסטו מיר א טובה טוהן און צוריק לייגן דעם בייטל אופן פלאץ?
און איך האף אז די ווייסט איך רעד נישט מיט תפילין, איך האף אז די געדענקסט נישט צו רעדן.
אויך האף איך אז די ביסט געווען אין מקוה (שויער וואלט אויך נישט געשאדט) פארן אנטון מיינע תפילין
און אויב נישט לאז מיר איבער א צעטעלע אז איך זאל קודם אביסל אוועקווישן די זיעה פאר איך טוה עס אן מיט א אימפעט…
ישר כח: פאר אנדערע פראגן קענסטו מיר אלעמאל איבערלאזן א צעטל אין בייטל, איך וועל דיר עס צוריק ענטפערן אי”ה….
Follow me on Twitter to get latest articles @zaltzvaser
תגובות
קיין תגובות.