בד”ה ר’ בערל שווארטץ ע”ה (לכבוד פורים
עס איז אינגאנצן א טאג נאכן באקומען די שרעקליכע בשורה מבהילה פון די פטירה פון ר’ בערל שווארץ ע”ה. (נישט דער שרייבער, און נישט דער אנדערער וועם איר מיינט…)
ר’ בערל איז מיט מיר געווען א גאר נאענטער ידיד, און א געטרייער ארבעטער פאר מיר, ער פלעגט נישט וועלן רעדן צו קיינעם אנע דעם וואס איך זאל אריין רעדן אינעם נושא. אויב האט איימיצער גערעדט און איך האניש גענומען א שטעלונג, פלעג ער שטילערהייט זיצן און ווארטן מיט געדולד, און קיינמאל נישט גענומען א אייגענעם שטעלונג.
אונזער ידידות האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס איך האב פארלוירן מיין צוטרוי צו מיין געוועזענעם ארבייטער א גוי, מר. פאלם פילאט וועלכער פלעגט מיך דינען מיט איבערגעגעבנהייט ווי ווייט שייך. אבער ווען דער פארפוילטער פלאום פילאט איז עלטער געווארן און ער איז געפארן ווי אלע פלאומען פארן ליום שכולו א רוח, האב איך געמוזט זוכן נייע ידידים און דאן איז עס געווען:
איך בין אריין אין א געשעפט פון מיינעם א ידיד און געבעטן, אפשר העלפסטו מיר טרעפן איינעם וואס זאל זיין מיינס מיט די פאלגענדע תנאים:
1. ער זאל מיך לאזן רעדן ווילאנג איך וויל און נישט אריינהאקן.
2. איך זאל אים קענען איבערהאקן אינדערמיט און ער זאל נאך אלס זיך אנרופן ווען איך רעד צו אים
3. ער זאל פארשטיין אויפן קוועטש (ווינק)
4. ער זאל אלס זיין ביי מיר, און נישט ענטפערן קיין פה”י שה”י תירוצים, און נאר ווען איך לאז אים זאל ער גיין רוען.
5. ער זאל מיר נישט קוקן אין די אויגן אריין ווען איך רעד מיט אים, ענדערש אין אויער אריין…
6. ער זאל קענען אביסל פירן מיין סקעדזשול, און מיר דערמאנען ווען איך האב וויכטיגע אפפוינטמענט’ס
7. מיין אקאונטינג זאל ער קענען אביסל דערהייבן, און מיר העלפן מיט מיינע הוצאות והכנסות.
8. לעסט באט נאט ליעסט, איך זאל מיט אים אמאל אמאל קענען שפילן א געים, און אויב איך געווין נישט זאל איך קענען צעווארפן די קארטן און נישט הערן קיין מוק פון אים.
מיין ידיד עוז, האט מיר גלייך אנגעוויזן אויף ר’ בערל’ן און מיר געזאגט אז ר’ בערל מיום הוולדו איז געווען ממש ווי באשאפן צו באדינען די אלע באדערפענישן, און ער מיינט אז איך זאל מיט אים מאכן א געשעפט.
אומר ושותה, איך האב באצאלט שדכנות, און ר’ בערל איז געבליבן ביי מיר אויפן פאסיק עווער עפטער אויסער אויף די שבתים.
נישט לאנג צוריק האט ר’ בערל אנגעהויבן אונטער צו פאנפען, און איך האב נישט געוואוסט וואס צו טוהן, איך האב אים געפרעגט און ער האט נישט געענטפערט, ער פלעגט זיך שטעלן ווי א פארפרוירענער און נישט רעספאנדן צו מיינע פארלאנגען. עס איז מיר געווען גאר מאדנע, אבער איך האב אים פארט דן געווען לכף זכות, און געקלערט עס איז א דורכגאנג.
ביז דער ביטערער טאג איז געקומען ווען איך בין צוריק צום שדכן און אים פארגעווארפן מיט פארדרוס: וואס האסטו מיר געטוהן? וויאזוי שייד איך מיך פון ר’ בערל’ן איך קען דאך נישט בלייבן ווי א זאלץ אויפן וואסער?
און דא האט עס פאסירט!
מיט טרערן אין די אויגן קוקט מיין ידידי אויף ר’ בערל’ן און ער רופט מיך אין א ווינקל און זאגט: זאלצי, איך וויל דיר נישט ווייטוהן אבער דו ווייסט דאך אז ד’ נתן וד’ לקח יהי שם ד’ מבורך, איך מיין אז ר’ בערל וועט לאנג נישט אנציהען, און דו דארפסט זעהן וואס דו קענסט טוהן עס זאל אים לייכט אנקומען די לעצטע טעג זיינע…
דאס ערשטע דארפסטו שוין אים הייסן אריינטרענירן א נייעם אונטער משרת און איבערגעבן אלע געהיימע אינפארמאציע וואס ער פארמאגט, איי ער קאמיוניקירט שוין נישט אזוי געהעריג? נישקשה מיר האבן א פראצעדור וואס ווערט פראפעסיאנעל געטון, עס הייסט “בעקאפ” און מ’וועל מיר עס מיט רחמנות טוהן ער זאל נישט שפירן אז מ’נעמט עפעס אוועק פונעם.
דאס צווייטע וואס דו דארפסט שוין טוהן איז איינמעלדן פאר זיינע עלטערן איבער זיין סיטואציע… מעגליך אז זיי האבן אינשורענס אויף אים, און זיי וועלן דיר צאלן דעם שאדן פון זיין פטירה.
און דאס דריטע וואס דו דארפסט יעצט טוהן איז:
נעם דיר א נייעם ארבעטער ער הייסט: ענדרויד…..
רבותי וואס טוט מען דא? ר’ בערל איז מיר געווען אזוי גוט! הכ”מ און דא דארף איך זיך געוואוינען צו א נייעם וואס איך וויס נישט מה טובו? וויאזוי גיט מען זיך אנ’עצה אין אזא שרעקליכן מצב? איז נישטא קיין ח”י לייף ליין פאר די זאכן? פארוואס אינישט דא קיין ארגעניזאציע זיך צו באפאסן מיט אזוינע שווערע מצבים?
גיי מיר זעהן וואס דער ענדרויד קען און אז ער איז גוט וועל מיר אים ארייננעמען אויפן דזשאב! איין זאך נאר, אויב פארדרייט ער א קאפ וועליך אים שיקן צו פאלמ’ן און צו ר’ בערל’ן צוזאמען צו זיצן אין גן ביידען….
תגובות
קיין תגובות.