זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

וואס שמועסן המן און זרש? (לכבוד פורים)

18 פעברואר 2013, 01:14 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

המן:

זרשל דו זעהסט מיר האבן צוגעפיקסט די אידן. זיי דארפן נעבעך גיין שאפינג און ספענדן פאר משלוח מנות

זרש:
נפל תפול
דו אלטער קריפל
געב דיר א ציפל
זיי זענען מטופל
דו הענגסט אויפן קניפל
מיט די בנים דאבל און טריפל

הער אויף מיט שטותים
זיי נאר וויסן
האסט אריינגעביסן
זייער געלט גיסן
דיין בלוט פליסן
דיינע רימען אפגעשליסן
דיין משפחה אויף א בוים א מיאוסן
און דו רעדסט נאך אפגעריסןס

לאמיר ספענדן
טאנצן מיט די לענדן
המן’ן שענדן
געלט שווענדן
אויף זיין מיאוסן ענדען
און צו השם זיך ווענדן

העלף אונז טאטע
אין די טעג די ווייטע
מיר דרי מטה
זאל שוין זיין בשעתה
די טעג די זאטע
תבנה המקדש עתה
אמן כן יהי רצון

תגובות

קיין תגובות.

→ הנותן מתנה לחבירו (לכבוד פורים)פאר איך ווער ערנסט ←