זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

Is a “STOP SIGN” not a SIGN to STOP?

5 מערץ 2013, 23:59 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(דער ארטיקל ווערט איבערגעארבעט אין ענגליש אי”ה)

איך שפאציר אויפן גאס און איך טוה מאלטי טעסקן ווי געווענליך, איך האלט אין איין האנט א טעלעפאן צום רעדן, אין די צווייטע א טעלעפאון צום טעקסטן, און אויפן ארעם א פאר פוהלע זעקלעך גראסערי, און מיטן קליינעם פינגער כאפ איך אן מיין קליינעם אינגעלע ווייל מיט די אלע זאכן אינאיינעם דארף איך קוקן צו א קאר קומט ווייל איך גיי יעצט אריבער די גאס.

איך הער אונטער מיר איינעם שטילערהייט זאגן, שטעל דיך אפ א מינוט, סטאפ! איך דריי זיך ארום רואיג, רעדנדיג, טעקסנדיג, גייענדיג, האלטנדיג, קראסנדיג, און איך קוק ווער עס רופט מיך, און איך פרעג: וואס קען איך אייך העלפן?

שפאציר איך ווייטער מיט אלע אויבנדערמאנטע פעולות, און איך הער פלוצלינג א קול רעש גדול אדיר וחזק, מרהיבה ומחריבה! סטאפ!!! שטעל דיך אפ!!! דאונט מאוו!!!

איך ווארף אראפ די טעלעפאנען, פליק אראפ די בעג’ס פון די הענט, שטעל די פוס אויף פריז, און מיט די הענט אין די הייעך דריי איך זיך שטייטעלעך ארום צו זעהן מיין באפאלער, און פרעג: איך פרעג גארנישט!!! איך ווארט אויף ווייטערדיגע באפעלן…. איך ציטער פאר די ענדע.
יא! עס האט צו טוהן מיטן קול און מיטן רעש, מיט וואס דער “סטאפ” ווערט געזאגט!

איך הער איינער שטעלט מיך אפ, מיט א ווייכע שטימע, פרעג איך ערשט, וואס זאל איך אפשטעלן? איך טוה דאך אזויפיהל זאכן אויפאיינמאל, וואס ווילט איר?

אויב הער איך איינער שרייט און באפעלט, און דערשרעקט, פרעג איך נישט קיין קשיות, נישט קיין חילוק וויפיל זאכן איך האלט אינדערמיט ווארף איך אלעס אראפ און ווארט צו הערן וואס דער פארשוין האט דערמיט געמיינט.

————————————

כלפי מה דברים אמורים:

ליידער מיר זענען געשלאגן געווארן בכפלי כפליים, שוין נישט פון היינט, נאר שוין א לענגערע צייט וואס דא און דארט הערן מיר א ווייכע שטימע, וואס רופט און מאנט: סטאפ! שטעל דיך אפ! און מיר דרייען זיך איינפאך ארום און פאנגען אן צו שפעקולירן, וואס צו סטאפן? וואס דארפסטו פון אונז הייליגער טאטע, מיר הערן אז דו רופסט, אבער וואס מיינסטו דערמיט אונז צו זאגן?

דער קול ווערט העכער און העכער, און יעדעס מאל דרייען מיר זיך ארום מיט ספיקות און פרעגן זיך אליינס און אונזערע פריינד, וואס מיינט מען אונז צו ווייזן? וואס דארף מען אויפהערן? וואס איז די עבירה פון וואס מ’וויל אונז אזוי אוועק זעהן?

פלוצלינג!!! א קול רעש גדול!!! סטאפ!!! שוין!!! שטעל דיך!!!

דער טאטע שרייט! עס דערשרעקט! מ’איז צוטומעלט!
וואס טוט מען אין אזא פאל?

מ’שטעלט אלעס אוועק! מ’פרעגט נישט קיין קשיות, מ’ווארפט אראפ די געווער, מ’שטייט געפרוירן, און דאן שטייטעלעך קוקט מען צוריק וואו מ’האט געהאלטן, און וויאזוי צו גיין ווייטער.

יא דאס האט טאקע פאסירט! א קליין קארעלע מיט א פארפאלק אין די שענסטע יארן גרייט אנצוהייבן א שיין הערליך אידיש שטוב, פארט דורך א “סטאפ סיין” און א טראגעדיע מיט א קול רעש גדול באטרעפט.

וואס ווייזט אונז דער סטאפ סיין?

נישט אז ס’איז צייט צו סטאפן?

איר פרעגט וואס צו סטאפן? מיט אזוינע קולות, פרעגט איר נאך?

עס איז צייט שטייטעלעך זיך צו ארויסנעמען פון פריז, און קוקן און באטראכטן וואס דער פלוצלינגער אפשטעל האט באדייט! וואס מ’וויל פון אונז האבן!

ווען עס איז א שטיל קול’כל מיט איידלקייט קען מען נאך ווייטער אנגיין און זיך נעמען די צייט צו אויסגעפינען וואס מ’זאל אויפהערן, אבער נישט ווען עס איז אזא מין הויכער מאנענדיגער קול.

לאמיר מיט שמחה גיין איין טריט ארויף! זיך נעמען איין טריט אויפאמאל! און מיר וועלן בעזהשי”ת מצליח זיין.

וחפץ ד’ בידינו יצליח

מנאי: זאלץוואסער
http://www.zaltzvaser.com

תגובות

קיין תגובות.

→ דער מענטשעלע דער בויםI got busted! ←