זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

וואס זאל איך אויפהענגען?

2 יוני 2013, 06:14 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

יארן צוריק ווען ראטערי טעלעפאן איז נאך געווען אין קראפט.
האמיר אויף יעדן טעלעפאן קאל פונעם אפערעיטאר געכאפט.

ער פלעגט הייסן אויפהענגען וועם אים האט געשמעקט.
און צולייגן געלט ווען מ’רופט קאלעקט.

ווען עס האט זיך נישט גוט געדרייט דער צודרייטער דרייער
און נאך א הילכיגן דריי דערזעהן מיט א איינזער אנשטאט א צווייער
האט מען צופלאצטערהייט זיך צוגעהערט צום אפערעיטאר
ווי ער הייסט אויפהענגען און צוריק רופן שפעטער

באמת איז אים נישט אנגעגאנגען דאס צוריקרופן נאר וואס דען?
ער האט אלס דרך ארץ זיך אויסגעדרוקט: פליז העינג אפ ענד דייל עגעין

וואס מיך שטערט איז ווען מיין קליינער סעליולער
רופט א צווייטן פון זיין סארט מיט אן אימפעט א פולער
און איך הער ווי עס זאגט זיך דארט דער אומזעהבארער
יו העוו דיילט א אינקארעקט נומבער
פליז העינג אפ ענד טריי עגעין
פרעג איך אייך וואס זאל איך אויפהענגען
איז נישט צייט צו טוישן דעם פאלשן לשון ליגנערס וואס איר זענט
אנשטאט הענג אפ! זאג; פליז פרעסס ענד!

עולם השקר

תגובות

קיין תגובות.

→ א בריוו צו מיינע בעלי חובותא קיצור פון דעם לענגסטן שמועס ←