זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

א קיצור פון דעם לענגסטן שמועס

2 יוני 2013, 15:42 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

איך שפיר אסאך מאל ווי עס נעמט א עק צו מיינע געדולדן, און ווען נישט דעם גרויסן רחמנות פונעם רחום וחנון וואלט איך שוין געפאלן א קרבן צום יצה”ר פון כעס.

אט איז א שמועס וואס כ’האב היינט געהאט:

וואס טוט זיך עפעס?
ב”ה
וואס נאך?
ב”ה
דערצייל עפעס!
וואס זאגסטו?
ב”ה
וואס נאך?
ב”ה
אהא הער איך! הייסט דו זאגסט גארנישט
וואס זאל איך זאגן?
עפעס נייעס!

רבותי! עס דארף נעמען אן עק די משוגעת! ווי לאנג און וויפיל רמזים דארף איך געבן אז איך האב נישט וואס צו רעדן און וויל נישט יעצט רעדן?

הער מיך צו מיין טייערע חבר! ווען איך ענטפער דיר צוויי מאל אין איין שמועס “ב”ה” אן ציעהן מיט א ווייטערדיגע פראגע זאל דאס גערעכנט ווערן כאילו איך זאג דיר:

“טראג דיך אפ פון דא”

ווען איך ענטפער צוויי מאל “גארנישט” אויף דיינע ליידיגע שאלות און איך פרעג נישט צוריק, זאל גערעכנט ווערן ווי איך שריי מיט באנומענע קולות:

“ר’ איד סטאפ רודפ’ן. איך בין נישט אין די גיסטע פון שמועסן יעצט!!!”

וואס נאך זאגסטו?

1 תגובות

→ וואס זאל איך אויפהענגען?באשעפער איך האב דיך ליעב ←