זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

באשעפער איך האב דיך ליעב

3 יוני 2013, 03:56 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

הייליגער באשעפער איך האב דיך ליעב אן קיין סיבה און אן קיין גבול. מיט די ליעבשאפט וואס דו האסט מיר געגעבן צו נוצן אויף דעם שפל’דיגן וועלט גיב איך דיר דאס גאנצע ווייל מער פון דעם האב איך נישט.

יעצט מער ווי אלעמאל שפיר איך א דערהויבענע ליעבשאפט אין דעם חשכות אין וואס מיר לעבן, און איך שפיר מיך אלס דיין קינד און א חלק פונעם עם הנבחר דער עם סגולה.

וואס האט מיך אויפגעוועקט הייליגער טאטע? לאמיך מיט דיר זיך צונויפרעדן ווי א קינד מיט א טאטן ווייל דו לאזט מיך רעדן צו דיר בלשון נוכח ווי א מלך פארן בן מלך.

לאמיך דיר זאגן וואס דו ווייסט ווייל דו ווייסט דאך אלע פארבארגענישן פון הארץ. לאמיך עס אבער אויסדרוקן ווייל דאס איז א מתנה פון דיר אז איך זאל דאס מעגן טוהן. לאמיך נוצן די הרגשים וואס דו האסט מיר געשאנקען און עס אפשרייבן און אליינס קענען זיך דערקוויקן און דיך דאנקען און לויבן…. אז איך בין א איד.

אינעם פינסטער אינעם חשכות, א אור האסטו געשיקט

דער שטן דער משחית, מיט נסיונות אונז דערשטיקט

האסטו אונז א נסיון געגעבן, און געוואלט זעהן אונזער אהבה

א פלאן האט דער משחית געטון וועבן, אונז צו פארזינקען אין די תאוה

ווען די רבנים אונזערע מנהיגים, האבן אונז מעורר געווען

האט דער ראש המלעיגים, זיין פראבלעם גלייך דערזעהן

האט ער פארמישט א קאשע, א מחלוקה אונז צו טומלען

אונז אריינגעפירט אין א פאשע, פון הקיצ’דיגע דרומלען

זענען מיר דאך בני מלכים, און ווען מיר האבן דעם קול דערהערט

פון די מנהיגים אונזערע די מדריכים, האבן מיר אלעס אויפגעהערט

גלייך נאך אן אסיפה, זיך צוזאמגעקליבן מיט כח

פארגעסן פון די שלעכטע שאיפה, און אריינגעלייגט מח

וויאזוי מבער צו זיין דעם שלעכט, זיך אינטערסירט ביי אונזערע פריינד

ווייל וואס איז דען מער רעכט, מיר זענען אלע ברודערליך היינט

ברודערליך צום קריג, וואס מיר טוען אויסרופן

ברודערליך אזוי קלוג, דעם שטן אוועקצושטופן

ברודערליך פארגעסן, אז מיר האבן מיינונגס פארשידענארטיג

אבער ווען עס קומט צום אמת’ן, איז אלעס אינדערזייט פארטיג

מיר נעמען די הייליגע געווער, און דעם שונא טוען מיר בלאקירן

הייליגער באשעפער ווער נאך ווער, קען זיך אזוי פירן.

נאר מיר אידעלעך, וואס ווען מיר קריגן זיך מיינען מיר דיר

והא ראי’ מיר בלייבן ברודערלעך, ווען פאראייניגט זענען מיר

נאר מיר אידעלעך, וואס אפילו מיר זענען אמאל נישט אויפריכטיג

בלייבן מיר ברודערלעך, ווען פאר די אויגן ווערט ליכטיג

נאר מיר אידעלעך, דיינע קינדער די איינציגע און טייערע

בלייבן פארט ברודערלעך, צום קעמפן די גרויסע עבירה

העלף אונז ליבער פאטער, מיר זאלן זיך ליעב האבן פון הארצן טיעף

פון דעם שטן מאך אונז פטור, הער שוין אונזער רוף

אין זכות פון די אלע מעלות, זאלן מיר זוכה זיין בזה השנה

צו פארלאזן דעם פינסטערן גלות, בא יבוא ברנה.

(געשריבן געווארן אונטערן רושם פון זעהן אידן פון פארשידענע קהלות זיך העלפן איינער דעם צווייטן וויאזוי צו באקעמפן דעם שטן המשחית. כאטש וואס נאר א טאג צוריק האט מען גערעדט איבער שטותים און נארישע מחלוקת. פריי איך זיך צו זיין “א שטאלצער סאטמארער ערליכער איד”)

תגובות

קיין תגובות.

→ א קיצור פון דעם לענגסטן שמועסאין עולם הפאליטיקע ←