זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

אין עולם הפאליטיקע

4 יוני 2013, 03:13 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

איך האב געהאט א גוטע מינוט ווען דער עצת היצר טוב האט זיך מתגבר געווען, און כ’האב באשלאסן פעלזן פעסט אז “איך רעד נישט קיין פאליטיק”. איך ווייס ס’זעהט אויס ווי א שווערע אונטערנעמונג ווייל ס’איז טאקע שווער…

א ווארט מיינער איז טייערער ווי געלט והא ראי’ אז געלט קען איך בלייבן שולדיג ווער ווייסט ווילאנג אבער א ווארט באצאל איך גלייך עין תחת עין און איך בלייב נישט שולדיג. מוז איך דאך אראפ שטעלן די גדרים ווי הייבט מען אן און וואו געהט מען פון דאנעט.

דארום האב איך גענומען א בויגן פאפיר מיט א פענע (אלס ווען איך ערוועהן די טייערקייט פונעם ווארט הויבט זיך מיר אן צו נוצן די שפראך וואס מיר האבן געשפראכן אינדער אלטער היים) און אנגעהויבן פירקלען די כללים ופרטים פון די נייע גזירה.

והנה און נון (אדער ווי מ’טייטשט היינט “און אט”) איך שרייב די ערשטע שארפע שורה ווי פאלגענד: חק ולא יעבור איך וועל בלי נדר בלי שבועה וקונם בכל שום וחניכא דאית לי’ מער נישט רעדן קיין …. האלט! שווער נישט נדר נישט ווארט אמינוטקעלע! הער איך א קול אין מיין געוויסן. פאר דו שטעלסט דיך אין בלאטע אידענטיפיציר וואס מיינט פאליטיק?

נישט מער ווי גערעכט! איין טריט צוריק! ירידה לצורך עלי’ מ’נעמט א פליק אינעם מעמאור בוכל אריבער צום נעקסטן בלאט און מ’גייט מאכן סעיף קטן’ס איבער וואס ווערט גערופן פאליטיק.

און דא מיינע טייערע בין איך שטעקן געבליבן פאר א לאנגע צייט.

אלזא נומער איינס: רעדן אויף א רב איז קלאר פאליטיק!!! אדער אפשר הייסט עס פלעין לשה”ר? אה איך ווייס שוין! נעמען א שטעלונג אין א מחלוקה דאס הייסט פאליטיק בתפארתו.

אפשר נישט? אפשר איז עס סתם שגעון און קוצר רוח? ווייל הערן הערט מען דיך סיי ווי נישט און טענה’ן נאר אז יענער זאל זיגן איז א בחינה פון כסיל יענה הכל (אזוי שטייט?)

ערלעדיגט! רעדן אויפן ראש הקהל דאס איז שוין פאליטיק. פארוואס נישט סתם לשה”ר מיט זאפט?

רבותי! וואס פאר א געבענטשט יאר איז פאליטיק? איז עס ליגנט? אדער רעדן פון ליגנער’ס? אדער גאר רעדן ליגנט איבער ליגנערס?

זאגט מיר איינער אזא מין באגריף:

פאליטיקאנטן – איטענטשאן זוכער
פאליטיק רעדנער – איטענטשן געבער
פאליטישע קריטיקירער – איטענטשאן אומפארגינער
רעדן פאליטיש – רעדן “פאלטש” (מיט צוויי יודן אינדערמיט וואס ווייזט אויף דעם רעדער און דעם הערער)

וואס זאגט איר? דאס איז עס טאקע? קען איך ביי דעם בלייבן? אדרבה זאגט!

תגובות

קיין תגובות.

→ באשעפער איך האב דיך ליעבבטבע א גוטער! ←