בטבע א גוטער!
וואס בין איך שולדיג? אזוי באשאפן געווארן ברוב רחמיו וחסדיו. א גוטסקייט! דאס הערצעלע לאט מיר נישט קיין שלעכטס טאן! איך שפיר פאר יענעם אזויווי פאר מיר אליינס. פארשטייט זיך עס איז דא אמאל ווען יענער שפירט פאר (פון) מיר אויך!
אויסער וואס איך האב א טבע נאר צו זאגן דעם אמת! איך ווייסנישט פארוואס אזא מין אינטערסאנטע נאטור! נאר דעם אמת! פארטראג נישט שקר!
אה! פאר איך פארגעס! יענעם’ס א חפץ ביי מיר חזיר טרייף! איך וועל ענדערש נישט האבן אין מויל ווי איידער יענעם’ס א זאך אפילו נאר א ספק! נעע איך רעד נישט פון פראסט גניבה איך רעד אפילו ספק ספיקא.
שמועסט אזוי מיין חבר בנימין מיט זיין קאזן און ער הערט זיך צי צו זיינע מעלות נשגבות.
אבער! פרובירט בנימין איבערצונעמען דאס ווארט… דארפסט פארשטיין אז….
איין מינוט! זאגט גדלי’ (זיין קאזן) נאך איין זאך! איך בין א מורא’דיגער מסודר’דיגער מענטש. …..
בנימין פרובירט נאכאמאל אריינצוהאקן אבער נישט מיט ערפאלג. גדלי’ וויל ער זאל וויסן זיינע מעלות… ביז… גדלי’ איז רואיג ער האט געקאווערט זיינע בעיסעס. און איך זעה ווי בנימין אטעמט אפ טיעף מיינענדיג ער איז פערטיג.
זאגט גדלי’ די ווילסט אודאי אויך הערן מיינע חסרונות? בנימין באמת וויל זיך זעהן אין א ליידיגן זאל (מוז נישט זיין קיין זאל. די עיקר איז אן גדלי’ ביי די זייט) אבער אז ער זאגט חסרונות נאך די אלע מעלות מוז עס זיין אינטערסאנט. נו! לאמיר הערן?
איז גדלי’ ממשיך ברוב ענוותנותו ופשטותו: איך האב א מורא’דיגע חסרון!
אה וואס? פריידט זיך שוין בנימין, פאר עפעס אמת.
איך בין א שוואכער כאראקטער! איז גדלי’ ממשיך. איך ווער צושאסן ווען פאר א איד גייט שלעכט ממש איך קען נישט פארנעמען! איך ווייס נישט צו דאס קומט פון מיין טאטןס זייט אדער מאמעס. ניין גראדע איז דאס מיין הערצעלע איך האב אזא שוואכקייט צו א צווייטן איד.
בנימין אטעמט שווער… זאג מיר! דו האסט דאך געוואלט זאגן חסרונות! ניין?
אזוינע שמועסן האלט איך מיט און ווען דער נער וואלט געווען א פרעמדער פון מדבר סאהארא וואלט איך אזוינס געלאכט אז איך וואלט געדארפט דינגען א פול טיים דענטיסט…
רבותי! וועם פאפט איר? (איך רעד צו מיר אליינס! אזויווי מיין מגיד שיעור פלעג טוהן וד”ל) אפשר ווייזט איר מיר אן איין חסרון וואס איר האט וואס וואלט געווען א חסרון אפילו איר זעהט עס ביי א צווייטן.
יא! די היינטיגע גאוה איז א סאפיסטיקירטער, אז דער בעל גאוה אליינס מיינט אמת’דיג אז ער איז אן עניו!
לאמיר זיך קוקן אין שפיגל און באמערקן דעם ריכטיגן מקום להתגדר! דעם ריכטיגן שפלות אויף וואס מיר דארפן ארבעטן און זיך נישט פארדרייען דעם אייגענעם קאפ.
אה נישט מיך האב איך געמיינט! איך מיין דיך! ווייל איך האב דאך נאר חסרונות\מעלות.
תגובות
קיין תגובות.