איך האלט!
איינע פון די אינטערסאנטסטע עפיזאדן ביי אונז אין מקוה איז אלס ביים דרום מזרחית ווינקל ווי אלע לעלו’ס און פיקסערמען’ס קומען זיך צוזאם פאר זייער וויקלי קאנפרענץ און לאזן הערן זייער אפיניאן בדברים העומדים על הפרק.
יעדער האלט דארט עפעס און איך האלט מיך ביי די זייטן.
זאגט יענקל אראפרייסנדיג דעם בלויען געוואנט פון אויבערשטן טייל גוף מיט א קנייטש אויפן שטערן: איך האלט… אז אבאמא’ס פלאן איז צו …
ענטפערט משה’לע (קוים איז ער ארויס פארוויינט פון אונטער די חופה) אז בוש האט געהאט בעסערע סטראטעגיע אין דעם ענין.
און חיימ’ל טענה’ט אז די טעקסט קאוד איז די פראבלעם צו די עקאנאמיע! האלט ער! (אליינס געהערט פון ראש לימבאו)
יאסי א אינגערמאן א בר הכי וועלכער מישט זיך קיינמאל נישט אין פאליטיק, זאגט קלאר אז ער מישט זיך נישט, אבער ער האלט אז… און ער איז מוסר מודעה אז צו אים קען מען נישט האבן קיין טענות, ווייל ער טענה’ט שוין לאנג אז …
געוויינליך ווען עס קומט צו אזוינע טיעפע שמועסן, שטיי איך ווייט, הלמאי איך בין דאך נישט קיין הארווערד גראדואירער נו וואס ווייס איך? אבער דאס מאל איז אנדערש געווען ווייל איך האב געהערט איינעם פון די חכמי הדור רעדן איבער א נושא וואס איז נוגע פאר מיר, בין איך צוגעטרעטן נענטער, כ’האב ארויסגעכאפט מיין נאטיץ ביכל און געפירקלט…
זאגט ער אזוי; רוב מענטשן האלטן אז … און איך האלט אז … און ער דרייט זיך ארום צו מיר און זעהט אז איך שטיי דארט, פרעגט ער מיך: און וואס האלטסטו?
אה איך?! בין איך אביסל פאררויטלט ווייל איך האב מיך נישט געראכטן אריינצורעדן, אבער אז מ’פרעגט פאסט צו ענטפערן:
איך האלט א האנטוך מיט א קעמל!!! וואס האלטסטו?
תגובות
קיין תגובות.