זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

האסט א טעלעפאן פאר א מינוט?

14 יוני 2013, 03:00 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

איך האב דאס יעדן צווייטן טאג ווי עס וואלט געווען א אפגעשמועסטע זאך פון פאראויס, עס שארט זיך צי צו מיר א בחור’ל אדער א משולח אדער סתם א טעלעפאנלאזער און פרעגט: האסט א טעלעפאן פאר א מינוט? (אסאך מאל מער בדרך כבוד: איר האט א טעלעפאן א מינוט?)

איך ווער שרעקליך בייז. וואס מיינט איר וואס? אז איך האב א טעלעפאן פארוואס זאל איך עס האבן נאר פאר א מינוט? וואספארא פלען וועלכע קאמפעני טיילט טעלעפאן’ס פאר א מינוט?

און אפילו אויב שוין יא אזוי, איז עס דעמאלס א סעודה שאינה מספקת לבעלה! דו האלטס אז איך דארף דיר געבן דעם טעלעפאן פאר די איינע מינוט וואס איך האב עס? איז עס דען נישט א בחינה פון חייך קודמין???

ווען איך האב מיינע טענות אראפגעשטעלט פאר איינעם וואס האט מיר געזונגען דעם פזמון. האט ער מיר מסביר געווען אז ער מיינט צו פרעגן צו איך קען אים בארגן דעם טעלעפאן פאר א מינוט.

איך שטיי פארטומלט צומישט! איך שטעל צוזאם די ווערטער:

דו האסט – איך האב?

העט ווען נישט גלייכער געווען מר. טעלעפאנלאזער ווען איר פרעגט ווען אזוי:

זאלצי! איך האב א טעלעפאן פאר א מינוט?

תגובות

קיין תגובות.

→ איך האלט!איך האב געטראכט א לשה”ר רח”ל. ←