זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

איך האב געטראכט א לשה”ר רח”ל.

17 יוני 2013, 13:30 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

לערנענדיג א שטיקל מוסר ספר איבער דעם הארבקייט פון “הרהורי עבירה” האב איך מיך פארגענומען זיך מודה ומתוודה צו זיין ברבים איבער א הרהור עבירה וואס כ’האב געהאט.
איך האב געטראכט א לשה”ר!!! יא איר הערט גוט! איך האב נישט געהאט קיין שום אונס דערביי, עס איז ניטאמאל געווען א שגגה. א פולקאמער מזיד. ומעשה שהי’ כך הי’.
איך האב א שכן וואס איז גאנץ א וואוילער איד, ער פירט זיך אויף כמעשה’דיג (מיין מלמד’ס לשון) און ער גריסט מיך יעדן טאג ווען ער טרעפט מיך. אבער א כעסן איז ער א שרעקליכער. ווען ער ווערט כעס’יג ווערט הומיד אויף די גאס ארום אים, אלעס טופעט, און דרייט זיך אין א נעפל. מ’קען זעהן אויף די ביימער אז שכיני היקר כעס’ט יעצט.
האט ער אבער א מעלה אויך אז ער פארציילט נישט פאר קיינעם אז ער איז אין כעס… ער איז א באהאלטענער כעסן! ער האלט עס פאר א סוד. טא וויאזוי ווער איך געוואויר? איך האב מיר מיינע סימנים! ווען איך שפאציר אין זיין געגנווארט און ער גריסט מיך “גוט מארגן” שנעל! און דרייט דעם קאפ ווייטער און לויפט, ווייס איך אז עס ברענט. אדער ווען ער גיט א שריי “וואס איז נייעס?” און לויפט ווייטער מיך צו לאזן וויסן אז ער איז נישט אינטערסירט צו הערן קיין תירוץ, ווייס איך אז ס’טויג נישט די מצב.
איין טאג האב איך באשלאסן אז איך וועל אים אנלערנען ביי די זייטן! ער דרייט זיך ארום און כעס’ט אויף די וועלט אזוי בשתיקה, און איך קען גארנישט צוריקטוהן? וועל איך אים אויך אריינרוקן איינס באהאלטענערהייט. און דאן איז ווען איך האב אויף אים געטראכט א פעטן לשה”ר אנע דעם וואס ער ווייסט וואס דאס איז…
וואס די לשה”ר איז וויל איך נישט זאגן, ווייל איך גיי נישט אזוי ווייט, איך האב אפגעשטעלט זיך ביים טראכטן. און אויף וועם עס איז וויל איך אויך נישט זאגן. אבער איין זאך קענט איר זיכער זיין! ס’איז א פעסטע מעשה’לע.
אזוי טראכטנדיג מיין לשה”ר’לע און זיך אזוי שפילענדיג מיט די געדאנקען אהין און צוריק, באפעסטיגענדיג מיין מעשה, און ברענגענדיג ראיות ברורות אז ס’איז אמת, חלום איך ווי איינער פרעגט מיך אפ און איך פארענטפער, און איך געווין די דעבאטע. און פלוצלינג הער איך: זאלצי! האסט געהערט וואס גייט פאר? וואס שלאפסטו?
וואס גייט פאר? פרעג איך מיין חבר יענקל’ען וועלכער וועקט מיך אויף אינמיטן מיין לשה”ר מחשבות.
ס’הייסט וואס? חיים דער גרויסער עושר האט פושט רגל געווען, ס’צרות אויף ארם נהריים
אויף ארם נהריים?
ניין איך זאג אויף יעדן ביז ארם נהריים
אלנספאלס וואס איז די מעשה? ווער איך שוין נייגעריג….
דערציילט ער אזוי: חיים דער גרויסער אינוועסטאר האט לעצטנס איינגעשטעקט אסאך געלט אין א דעוועלאפמענט אין פענסילוועניע, און ווי איך הער זאגן ליגט ביינעם אסאך געלט פון פרעמדע אויך וועלכע האבן געוואלט כאפן א מציאה. און מה עשה הקב”ה דער געשעפט איז געגאנגען קאפוט, און אסאך אידן זענען געבליבן בעירום ובחוסר רח”ל.
אוי וויי נעבעך, א אומגליק! אזא וואוילער איד דער חיים, וואס קען מען טון נעבעך? די וועלט איז א שרעקליכע וועלט, מי יעני ומי יעשר… זייער ווייטאגליך… פון וואו האסטו אלע דעטאלן פרעג איך פון יענקל’ן.
ער בייגט זיך צו מיט א ערנסטע מינע אויפן פנים, און שושקעט מיר אריין: “אליינס געהערט פון חיים’ן”
דו? פון חיים? וואס האסטו מיט אים? כ’האב נישט געוואוסט אז איך בין דעם עושר’ס חבר’ס חבר!
ניין ער האט עס געזאגט פאר א צווייטן נאר גענוג הויך אז איך זאל אויך קענען הערן. וואס בין איך שולדיג? פארענטפערט זיך יענקל, האט ער געזאלט רעדן שטילער…
ער האט אויך געזאגט וויאזוי עס איז געשען? אדער ווי דער טעות זיינער איז נעבעך געווען?
ניין! ער האט נישט גערעדט קיין דעטאלן.
ער האט דערציילט פאר יענעם איבער די אנדערע אידן וואס האבן דאס געלט ביי אים און צו עס איז דא ערגעץ ערבים וואס וועלן אים העלפן אין דעם פלאנטער?
ניין! ער האט נאר גערעדט איבער זיין אייגן פעקל נעבעך.
פשיהאא! און פאר וועם האט ער געשפירט וויכטיג זיך אויסצוגיסן דאס הארץ? נעבעך מ’קען אראפגיין פון זינען צו דארפן הערן פון חיים’ן אזוינע ווערטער. עס טוט דאך אזוי וויי…
ער האט עס אויסגעגאסן ביים שמש’ס טישל (זיין הארץ! מיט זיין קאווע!) ווען דער שמש האט אים געבעטן צו באצאלן געוויסע נדרים ונדבות.
ממש אזוי? גראד ארויסגעגעבן אלע אינפארמאציע אזוי שנעל?
ניין, דו קענסט דען נישט חיים’ן מ’קען פון אים קיין גראד ווארט נישט הערן ער איז גאר שטיל און איינגעשלאסן. ער האט נאר מרמז געווען.
און דער שמש האט פארשטאנען?
יא! און ער האט אים געפרעגט ווען ער קלערט ס’וועט בעסער ווערן?
און וואס האט חיים געענטפערט.
כ’ווייס נישט! איך בין אנטלאפן! כ’האב נישט געוואלט ער זאל מיינען (וויסן) אז איך הער מיך אינטער א פריוואטע שמועס.
וואס האסטו יא געהערט?
סתם! כ’האב געהערט דער שמש פרעגט אים עפעס איבער עולה זיין מפטיר, און ער ענטפערט: דו ווייסט דאך אז איך האב יעצט שווערע צייטן…
ביזט זיכער ער האט נישט געזאגט “יארצייטן”?
קען אויך זיין! אבער פון זיין פנים האט אויסגעזעהן ווי ער מיינט צו זאגן שווערע צייטן.
הייסט עס אז דו האסט געטראכט אז ס’קען אפשר זיין אז ער איז באנקראט!
ס’האט אזוי אויסגעזעהן זייער קלאר! איך קען די זאכן! איך ווייס ווען א מענטש איז אויף צרות!
און וואס האסטו געטראכט אז מיט חיים’ן קומט פאר? אויב דו קענסט די זאכן.
כ’האב געטראכט אז ער איז זיכער באנקראט…

הייסט עס אז דו האסט היינט אויך געטראכט א לשה”ר???
דאס הייסט עבירה גוררת עבירה.

הרני כפרת מחשבו!!!

תגובות

קיין תגובות.

→ האסט א טעלעפאן פאר א מינוט?דו טראסט מיך נישט? ←