זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

דו טראסט מיך נישט?

17 יוני 2013, 20:34 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

א מין חוצפה פון א וואגאבונד! איך טרעף אים דאס ערשטע מאל, און איך באגריס אים ווי עס פאסט זיך, און שמועס מיט אים איבער אלס און אלעמען וואס מ’קען נאר שמועסן מיט א נייעם ידיד וועם מ’האט נאך קיינמאל נישט געקענט.

דער שמועס קוילערט זיך אריין אין מער אן ערנסטע פאזע, און מ’פאנגט אן צו רעדן געשעפטליך, (איך פאנג אן צו דערשפירן דעם אריגינעלן אורזאך פון דעם שמועס) און עס גליטשט זיך אריין אין געלט ענינים, און די גרויסע פראגע ווערט געפרעגט: זאג נאר! וואס וואלטסטו געזאגט אז איך לייג דיר פאר א עסק אין מיין ביזנעס ווי דו קענסט אינוועסטירן אפאר טולער און מאכן א פארמעגן?

איך ענטפער מיין נייעם ידיד: איך בין נישט זיכער, איך דארף זיך איבערקלערן!

און דא קומט דער ענטפער וואס נעמט מיך ארויס פון גלייכגעוויכט, נישט נאר היינט ביים שמועס נאר אלעמאל ווען איך הער עס. “וואס? דו טראסט מיך נישט?”

הער ידיד! דו וואונדערסט דיך עפעס אז איך טראסט דיך נישט? דו האסט א סיבה פארוואס איך דארף דיך יא טראסטן?

זאג נאר! איך ווייס נאך נישט צו דו ביזט הינקעדיג שטום אדער טויב, און איך דארף דיך שוין טראסטן?

איך ווייס נישט צו דו שטאמסט פון ישראלים לוויים כהנים, אדער אפשר גאר גרים, און איך דארף דיך טראסטן?

איך ווייס נישט צו דו שטאמסט פון מענטשן אדער מלאכים אדער גאר… און איך דארף דיך שוין טראסטן?

אפשר איז שוין צייט אז מיינע גוטע פריינט און די אלע וואס פרעגן דעם שאלה מיט זעלבסט ווירדע און פאראכט, איבערצוקלערן און פארשטיין, אז: “ניין!!! איך טראסט דיך נישט!!!” נאר ווען דו ערצייגסט אז דו ביזט עס ווערט.

עס וואונדערט מיך אלע מאל ווען איך רעד אפילו צו גוטע פריינט, און זיי פרעגן די פראגע ווי א דבר בפשוטו, ווי איינער זאל וועלן זאגן. “עס קען דאך גארנישט זיין אז דו טראסט מיך נישט”.

מער פון אלעם שלעפט מיך ארויס פון די כלים אריין אין א געמויזעכץ פון שוים, ווען דער וואס פרעגט עס איז מיר שולדיג געלט וואס האט נישט באצאלט, אדער האט מיך בא’עולה’ט מיט סיי וועלכע ענינים, און מיט די גרעסטע מאס פרעכהייט פרעגט ער:

דו טראסט מיך נישט???

און אין אונזער דיפלאמאטישן שקר וועלטל, הער איך מענטשן ענטפערן אויף דעם פארדרוסליכן פראגע:

“ניין! איך טראסט דיך! נאר איך דארף טראכטן! ווייל מיין באבע האט געהאט א שוועסטער אין אויסלאנד מיט א וועגעלע פול מיט פלוימען בלאבלאבלא.

איך פארשטיי אייך נישט! איר קענט אים נישט זאגן אין פנים אריין: איך וועל דיך טראסטן ווען דו וועסט ערצייגן דיין אז דו ביזט עס ווערד!!!

תגובות

קיין תגובות.

→ איך האב געטראכט א לשה”ר רח”ל.א וועלט אן קיין פארברעכער ←