זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

א וועלט אן קיין פארברעכער

18 יוני 2013, 02:19 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

וואו מ’דרייט זיך זענען זיי צום האבן, די גזלנים, די חמסנים, די מערדער, און סתם פארברעכער. זיץ איך און חלום וויאזוי עס וואלט אויסגעזעהן א וועלט אן זיי…

א וועלט מיט פיינע לייט, נישטא קיין פארברעכער
דאגות אין די זייט, יעדער שפירט זיך זעכער
איך זעה געשעפטן אן קיין צוימען, און הייזער אן קיין שלעסער
איך קוק ווייטער אין מיינע טרוימען, און איך זעה עס ווערט נאר בעסער
קיין פאליציי קיין געריכט, אלעס פארט אויף א סדר
א שמייכל אויפן געזיכט, נישטא קיין גנבים און קיין מ ערדער
די וועלט איז האלב ליידיג, ווייל די פארברעכער זענען נישטא
נישטא קיין באשולדיג און פארטיידיג, ווי שיין איז צו זיין דא.

א וועלט אן קיין פארברעכער, א וועלט מיט פיינע לייט
יעדער שפירט זיך זעכער, דאגות אין די זייט

איך קוק אביסל טיעפער, און עס כאפט מיך א טרויער
אז נישטא קיין פאליציי רופער, נישטא קיין שלעסער בויער
נישטא קיין צוימען מאכן, און נישט קיין געשעפטסמאן ביים קאסע
יעדער צאלט פאר זאכן, א שאד די גאנצע מעשה
מ’דארף נישט קיין ארבייטער, אלעס פארט ווי א פידל
פרנסה ווי נעמט מען ווייטער, ווי קען דען לעבן דער אידל
אז מ’דארף נישט קיין שמירה, אלעס איז מינדערוויכטיג
אלעס טראגט די זעלבע צורה, טאקע הערליך ליכטיג

אבער א וועלט אן קיין פארברעכער, איז טאקע א וועלט מיט פיינע לייט
מ’שפירט זיך אפשר זעכער, אבער א גרייצער ווי מאכט מען אין דער זייט

פאלט מיר איין אויפן ארט, צו דינגען איינעם צוויי פון די מאסן
גנב’נען און רויבן דא און דארט, מ’זאל דארפן זיך מיט זיי באפאסן
וועט מען דארפן בויען מויערן, און יא באצאלן פארן ארבייט
עס וועט נישט לאנג דויערן, און פון דעם וועט זיך ציען א קייט
שלעסער וועט מען מאכן, ווייל פארברעכן יא פארהאנען
צוימען צום וואכן, איינעם ביים קאסע צום באצאלן צו דערמאנען
פענסטערס און טירן מיט וואך, און נאך פוהלע ארבייטן
פרנסות דא צוריק א סאך, איך וויל שוין נישט צוריק בייטן

ווייל א וועלט אן קיין פארברעכער, איז אפשר גוט פאר א קורצע ציט
אבער דער בורא עולם איז פון אונז העכער, און ווייסט וואס מיר דארפן גרייט

דערפאר מיינע טייערע פריינט, ווען איך האב זיך פון חלום ערוועקט
האב איך זיך דערפרייט און אויפגעשיינט, אז געווען אומזיסטיגע שרעק
שמירה וועט אונז דער בורא געבן, אבער פארברעכן איז א חלק פון די בריאה
נאר ווען מיר וועלן די גאולה דערלעבן, און זיצן און לערנען אן קיין יגיעה
וועלן מיר די אלע פארברעכער מער נישט ברויכן, און עצות נישט דארפן זוכן
ווייל אונזער שפייז וועט קומען פון די הויכן, און אויף די ביימער וועט וואקסן קוכן

עס וועט זיין א וועלט אן קיין פארברעכער, און קיינעם וועט עס נישט טוהן לייד
כברכת ד’ א פוהלער בעכער, אלע געברויכן צו אלע ציי
ט

אני מאמין איך טוה גלויבן, און היינט פארשטיי איך שוין מער
אז אלעס אויף דער וועלט איז פון אויבן, אפילו מיר פארשטייען שווער
דער פארברעכער דער באנדיט, מיט די רויב אין זיין האנט
פעלט אויך אויס און איז גוט, ווייל דאס פארלאנגט א פאליציאנט
דער רויבער מיטן באטריגער, באשווינדלען א האלבע וועלט
מאכט אונז ארבייטן קלוגער, אים איבערצוקלוגן צאלט מען אונז געלט
מיר זענען מיט זיי טאקע פארנומען, אבער א מקור פרנסה איז עס
דערפאר זענען זיי געקומען, די וועלט האבן מוז עס.

מיר דארפן נאר בעטן און שרייען העכער, באשפער היט אונז פון די שלעכטע לייט
אבער די וועלט דארף האבן פארברעכער, מיר פארשטייען שוין דעם באדייט

תגובות

קיין תגובות.

→ דו טראסט מיך נישט?לא לחכמים לחם ←