זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

לא לחכמים לחם

21 יוני 2013, 00:10 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

שלמה המלך זאגט: וגם לא לחכמים לחם, וגם לא לנבונים עושר (קהלת ט)

ווען איך האב געהערט דעם מאמר החכם אז לא לחכמים לחם, בין איך געגאנגען און איבערגעשריבן מיין גאנצע חכמה אויף מיין ווייב’ס נאמען! און דא איז וואו איך בין שאקירט געווארן צו זעהן אז קיין עשירות האב איך נישט געקריגן מיט די אלע מעשיות.

איך דארף אייך נישט זאגן אז איך האב מיך געשפירט ווי איינער וואס שלאפט אין ביהמ”ד א וואך און ווערט נישט אנגענומען פאר חלק ח’.

בין איך געבליבן קרח מכאן ובלק מכאן, נישט קיין חכמה אויף מיין נאמען און נישט קיין דאללער צו מיין נשמה. הכלל וואס טוהט א איד? א איד ווענדט זיך צו גוטע פריינט, און טוהט וואס דער חכם מכל האדם האט געראטן דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, און איך פארצייל מיינע פראבלעמען פאר א גוטן פריינד וועלכער איז נאך פון אלס קינדווייז אן געווען אן עושר, און א חכם, ביידע צוזאם.

מיין חבר פלעגט זיין אלס דער עושר צווישן די חברים, נישט אזוי ווייט ווייל ער האט פארמאגט מאטריאלע עשירות, אבער פאר וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין האט ער אלס פארשטאנען צו עשירות, שוין אלס קליין בחור’ל האט ער געוואוסט צו זאגן פון וואו יעדער מאכט געלט און פארוואס עס איז נישט קיין חכמה צו נאכמאכן.

פארשטייט זיך אז ווי עלטער ער איז געווארן אלס מער האט ער פארשטאנען, אבער די חכמה האט זיך אלס מתגבר געווען אויף אים און קיין גרייצער האט ער נישט געהאט מיט אלע חכמות. איך האב מיך פון אים אויסגעלענט אז צו זיין א עושר דארף מען נישט האבן געלט מ’דארף נאר האבן מענטשן וואס מיינען אז מ’האט געלט.

מיין חכם חבר, איז מיר מסביר בטוב טעם ודעת וויאזוי קאמפעני’ס ארבעטן, און וויאזוי און פארוואס דער און יענער איז א נגיד, און ער ווייסט אפילו צו טייטלען אויף די וואס מאכן זיך פאר עשירים און באמת זענען זיי נישט. ער ווייזט מיר אן אויף איינעם פון די ראשי הקהלה וואס מענטשן רעדן צו אים ווייל ער האט געלט אבער א קליינער חכם איז ער, נאר וואס דען איז ער מסביר, ווער עס האט די מאה האט די דעה.

איך פרעג אים. זעהט דען נישט דער ציבור אז ער האט נישט פון די מח זאפט און אז ער איז נישט אזוי קלוג ווי רייך? מיין חבר איז ווייטער מסביר אז ניין! דאס געלט פארבלענדעט דעם דעת הקהל! אלע נאר נישט מיין חבר’ל ער ווייסט יא פונקטליך ווער עס איז און ווער עס איז נישט.

****

איך האב אמאל געפרעגט א שאלה פון א קלוגן איד. פארוואס שטייט אין פסוק וגם לא לחכמים לחם? פארוואס שטייט נישט לא לעשירים חכמה? איז עס דען נישט די נקודה???

האט מיר דער קלוגער איד געענטפערט אזוי: עס איז א טעות פון די וועלט דער אפטייטש פון לא לחכמים לחם, עס איז נישט קיין איסור פאר א חכם צו האבן געלט, עס איז נאר נישט די סיבה צום געלט זיין חכמה.

עס איז נישט קיין איסור פאר א נבון צו זיין א עושר, אבער די מבינות ברענגט נישט צום עשירות.

מען דארף נישט איבערשרייבן די חכמה צו קענען באקומען עשירות, מ’דארף ענדערש פרעזערווירן די חכמה, צו פארשטיין אז עשירות קומט פון זעלבן פלאץ פון ווי חכמה קומט, פון די אוצרות השמים!

****

דרייט זיך א איד מיט א שידוך שמייכל אויפן פנים, און קוקט כסדר פון אונטער אים צו איינער קוקט אדער לויפט אים נאך.

דער איד מוז זיין א גנב! וואס דען קוקט ער? וואס האט ער מורא?

שמועסט מען צוויי אידן וואס טרעפן זיך דאס ערשטע מאל און איינער פון זיי ווערט רויטליך ביים געשפרעך!

דער מוז זיין א ליגנער! וואס דען רויטלט ער?

שטייט א ליניע פון אידן נצרכים ביים טיר פון א איד וועלכער טיילט צדקה מיט א ברייט האנט!

דער איד מוז זיין א נער! וואס דען האט ער אזויפיל געלט?

און אזוי האבן מיר סימנים אויף יעדן מיט טעם און מיט זאפט. אויב טוט ער אזוי איז א סימן ער איז אזוי. און על פי רוב איז עס נאך אונטערגעזעצט מיט א פסוק אדער א מאמר וואס דעקט אונזער פארדאכט.

***

מאכט זיך אמאל וואס דער יעניגער בעל צדקה איז אבער מיינס א קרוב אדער גוטער פריינט (וועם איך בין שוין נישט מקנא) קענסטו אים נישט! ער איז נישט ווי אלע. ער איז דאך באמת א קלוגער מענטש, נאר נעבעך אריינגעפאלן מיט מזל אויך.

ווען מיין ברודער רויטלט ביים רעדן, איז עס ווייל ער איז דאך אזוי איידל.

ווען מיין קרוב דרייט זיך אלס צוריק איז עס פשוט זיין נייגעריגע נאטור, ער איז א מורא’דיגער צוגעלאזענער מענטש וכו’.

לאמיר נישט נוצן קיין אומנויטיגע סימנים! ר’ יהודה האט גענוצט סימנים ביי מכות לאמיר עס נישט נוצן ביי מענטשן! יעדער מענטש איז ווערט צו באקומען די געלעגנהייט צו ווייזן און ווערן געזעהן אויף די ליכטיגע וועג פאר ער ווייזט נישט פארקערט.

הוי דן לכל אדם לכף זכות.

(זייט נישט ברוגז! איך זיץ שוין צו לאנג אויפן באס…)

תגובות

קיין תגובות.

→ א וועלט אן קיין פארברעכערוואס איך וויל נישט זאגן! ←