זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

עצות פאר די פליגן

27 יוני 2013, 01:49 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

אזוי וואו עס איז נארוואס אנגעקומען א פלאטע פליגן פון די מערב לענדער גראד צו אונז איז וויכטיג צו וויסן די כללים וויאזוי מ’גיט זיך אן עצה מיט זיי.

4 וועגן וואס ארבעטן! איר קענט אויסוועלן וועלכע ס’איז אייך ליבערשט.

1. די ערשטע עצה ארבעט נאר מיט פליגן העכער 3 יאר אלט וואס פארשטייען אביסל וואס מ’רעדט צו זיי. מ’איז אים מסביר מיט שיינעם אז די וועלט איז גענוג גרויס, און אז די נאז און אונטערן אויער איז פריוואטע אייגענטום. עס איז וויכטיג צו דערמאנען פארן פליג ווי שיין עס איז אין די מערב לענדער. אולי וועט ער זיך צוריק בענקען!

2. פליגן וואס פארשטייען נישט קיין אידיש דארף מען פארשטייט זיך קודם פרובירן מיט שיינעם נישט אביוזן ח”ו. אבער אז מ’האט נישט קיין ברירה פירט מען זיי אריין אין א שמועס און ווען זיי זענען פארטיעפט לאזט מען אראפ צוויי פלעמעדיגע פראסקעס אז די פליגלעך זאלן אים רויט ווערן. די שפראך פארשטייט יעדער!

3. די גאר חוצפה’דיגע פליגן דארף מען גלייך אראפשטעלן א פוס. מ’מאכט א פליג א שבת בענקל צוויי מאל און ער גייט זיך זוכן כבוד ערגעץ אנדערש. (א שבת בענקל מיינט; מ’כאפט אים אן ביי די צוויי הענט און מיט די קני גיט מען אים א שטופ ביי די פוסלעך און ער פאלט אום)

זייער אכט געבן נישט צו טוהן וואו עס איז פארהאן קעמארע’ס מ’קען אנגעקלאגט ווערן פאר פיזיקעל אביוז!

4. אויב נעמט נישט קיין עק צו די צרות און דער פליג פארשטייט נאך אלס נישט, איז ראטזאם צו שיקן א בריוו צו די ענימעל לאווער ליבעראלע יוניאן פאר פליגן און לאביען פאר פריע רעטייערמענט.

ח”ו נישט נוצן קיין רעוואלווערס אדער אנדערע וועפאן’ס אוו מעס דעסטראקשן!

אה! איך רעד שוין צו לאנג! וואס איך וויל בעיקר ארויסברענגען אין קורצן: מיר קענען גיין בארן קלאפן! די פליגן זענען דא און זעהט נישט אויס ווי זיי יאגן זיך ערגעץ!

1 תגובות

אוי ביסטי גיט. דיינע איידיעס…. קיפ איט אפ

→ וואס איך וויל נישט זאגן!מזל טוב! פאר מיין יוטיליטי קאמפעני O-R ←