זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

מזל טוב! פאר מיין יוטיליטי קאמפעני O-R

28 יוני 2013, 23:07 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

היינט האט O-R יוטיליטי קאמפעני ארויסגעשיקט א בריוו פאר אלע וואס האבן געליטן פונעם גרויסן בלעקאוט די וואך.

איך בין נישט אזוי באקאנט אין ענגליש, אבער אזויפיל האב איך קלאר געזעהן אז זיי מאכן א “וואכט נאכט”. ווייל זיי שרייבן With Gratitude וואס דאס איז דאך איינע פון די זאכן וואס מ’הייסט אלס מיטברענגען צו וואכט נאכטס און אנדערע שמחות.

הגם איך ווייס נישט פונקטליך וואס גראטיטוט מיינט, אבער אויף אלע טעקסט אינוויטעישאן’ס שרייבן מיינע חברים וואס ווייסן אויך נישט וואס עס מיינט, אז איך זאל דאס מיטברענגען. וכך היו מונים:

With gratitude to hashem I invite u ….

איז משמע אז מיט גראטיטוט דארף מען קומען, אבער איך דריי זיך אלס ארויס! איך דאנק דעם אויבערשטן און איך גיי אזוי…

אויב ווייסט איר וואו די וואכט נאכט פון או ענד אר איז, ביטע לאזט מיך וויסן…

תגובות

קיין תגובות.

→ עצות פאר די פליגןווייל ער מוז אזוי זאגן! ←