טוב שברופאים
מאכט אייך באקוועם, און לאמיך אייך אריינפירן צום ווארטזאל פונעם אלעמען באקאנטן דאקטאר ברוינשטיין וועלכער איז וועלטס בארימט מיט זיינע דיאגנאזען און מעדיצינישע וויסנשאפט, אזש אז צו אים ווענדן זיך די מאסן פון ווייט און נאנט.
ווען איך בעט אייך זיך צו מאכן באקוועם, מיין איך נישט צו זאגן איר זאלט זיך אויסציעהן אויפן פאטעל און פאררייכערן א קובאנער ציגאר. סך הכל קענט איר שטיין אויף איין פוס און זיך מיט א מעסערל שניידן אין די פינגערס און ברענען די אויגן ברעמען מיט א צינדער, ווייל ביי אונזער דאקטאר הער ברוינשטיין ווען ער באציהט זיך צו “דיסקאמפארט” אומבאקוועמליכקייט, מיינט דאס יסורים וואס גרייכן העכער די אויבנדערמאנטע.
אונזער דאקטאר בארואיגט זיינע פאציענטן: מר. פאציענט איר וועט שפירן א שטיקל דרוק, און עס וועט זיין פארביי אין א אויגן בליק.
דער פאציענט זיצט אויפן עלעקטראנישן בענקל און ווארפט זיך פאר שרעק, און דר. ברוינשטיין נעמט דעם כלי זיין, און נאך א לאנגע מינוט פון אנגסט און שרעק גייען קולות ביזן הימל פאר יסורים, און האלט אן פאר פינעף לאנגע מינוטן.
ענדיגנדיג זיין בוטשער ארבייט, מיט שווייס אויפן פנים רופט זיך אן דר. ברוינשטיין: זעהט איר הער פאציענט, דאס איז דאס און ווי איך האב אייך שוין געזאגט איז עס א שטיקל דרוקעניש פאר א קורצע רגע.
דאקטאר! איר האט מיר נישט געזאגט אז דער אויגן בליק וואס איך גיי שפירן די יסורים איז נאך לאנגע פינעף מינוט זיך ווארפן. און דעם דרוקעניש פון וואס איר האט גערעדט איז אויך אזא סארט וואס מ’באציהט זיך אין די אלגעמיינע גאס דערצו מער ווי צו א שחיטה, אדער סקילה.
פארשטייט איר דאס האב איך אביסל בייגעוואוינט, דאס גוטסקייט פון די גוטע.
***
בין איך לעצטנס געפאלן א קרבן אויף דאקטאר ברוינשטיין’ס בעטל, און געדארפט דורך גיין א לייכטן פראצעדור פאר די אומגעהויערע רוקן ווייטאג וואס איז מיר באפאלן.
באמת גיי איך קיינמאל נישט צום דאקטאר פאר רוקן ווייטאג, נאר מיינע נאנטע האבן מיך געראטן אז עס איז ממש א שאדע זיך צו קלאמערן מיט די יסורים פאר דריי טעג אין א ציה, אין די צייט וואס דער דאקטאר ווייזט וואונדער און ביז א האלבע שעה ביזטו א נייער מענטש.
אט דער נייער מענטש דרייט זיך ערגעץ פראנק און פריי, און ווייסט גארנישט אז מיינע יסורים זענען עולים וגוברים פונקט ווי אין די עפיזאדן ווען איך האב נישט אפגעציילט 5 גלאטע צוואנציגער’ס פאר א דאקטאר.
דער דאקטאר האט מיר אביסל מאסאדזשירט און געמאכט שפאט פון מיר, מיך געדרייט ווי א דריידל און א גראגער אויפן טיש, און הערשט נאכדעם מיך געלאזט וויסן די רעזולטאטן פונעם געלונגענעם באזוך.
ער האט מיר פארציילט מיט שמחה אז זיין דיאגנאזע פירט אים צו גלייבן אז ב”ה עס איז גארנישט מער ווי סתם רוקן ווייטאג. (נאך א מזל ער זאגט, ווייל איך האב אנגעהויבן קלערן אז עס איז ציין ווייטאג, און זיך געשעמט ארויסצוגיין אויפן גאס מיט ציין אויפן רוקן)
נאך גוטע נייעס זאגט ער מיר פאררוקנדיג די בריללן, אז ער האט צוריק אריינגעשטעלט דעם ארויסגערוקטן ביינדל און יעצט וועל איך שוין בעזר השם נישט האבן קיין יסורים, טראץ וואס עס קען נעמען 3 ביז 6 טאג עס זאל זיך געהעריג שפירן.
ער איז מיר מסביר אז די יסורים זענען שוין לאנג פארביי, און די ווייטאג וואס איך שפיר, איז א “דיסקאמפארט” מיט געוויסע לעוול’ס און פרעגט מיך אויב יעצט שפיר איך פון איינס ביז צעהן, צעהן איז די ארגסטע, וואספארא לעוול יסורים (סאררי: דיסקאמפארט) האסטו?
ווען איך ענטפער, ניין און א האלב! זאגט ער מיט פאטאס: כ’האב דיר געזאגט עס וועט שוין זיין א שינוי לטובה, איך האב געהאפט אז כאטש ניין און דרייפערטל, און דא זאגסטו אז נאך ווייניגער… פשיהא.
איך פרעג אים בתמימות, צו ער לאזט מיך איבעררעכענען? אבער ער האלט שוין א טריט ווייטער, ער איז מיר מסביר אז די דיסקאמפארט גייט צוביסלעך ווערן ווייניגער אויב וועל איך ערליך נעמען גאלאנען מויטרין און טיילענאל צעטיילט לויט די שעה’ן אן קיין רחמנות.
ווי אויך ווייזט ער מיר אן אז נאך 3 טאג אויב טוט מיר נאך אלס וויי דער רוקן זאל איך אנגרייטן נאך א מאה’לע און שנעל אריבערקומען פאר א גרינדליכן אונטערזוכונג צו זעהן אויב אפשר איז גאר דער פראבלעם א טיעפער דיפרעשאן און ער וועט מיר רעקאמענדירן געוויסע אלטערנאטיווע מיטלען וויאזוי זיך צו באהאנדלען.
אלנספאלס ווען איך בין ארויס פון דאקטאר איז מיר ארויפגעשווימען א באקאנטע מימרא, מיט א שיינעם ניגונד’ל.
אוי אוי אוי געגעסן פארשטינקענע פיש
אוי אוי אוי אריינגעכאפט מכות אויפן טיש
אוי אוי אוי געצאלט געלט רעביש
אוי אוי אוי א פארווייטאגטן רוקן
אוי אוי אוי אזוי אנצובריקן
אוי אוי אוי אזויפיל געלט ארויסרוקן.
תגובות
קיין תגובות.