א ציגעלע אינדערהיים אדער שניי אויפן גאס
איך פלעג אלס פרעגן די באבע זאל זיין געזונט, וויאזוי האט מען אינדערהיים זיך געספראוועט מיט די ווירטשאפט פון וואוינען צווישן די הינדאלעך מיט די ציגעלעך ווי בני בית. עס פלעגן אפילו זיין הונט און קעץ פאר זייער נאטורליכע אייגענשאפטן קעגן גנבים און מייז!און די קינדער זענען געוואקסן מיט זיי באנאזאם ווי גארנישט וואלט געווען.
די באבע פלעגט מסביר זיין אז מ’איז געווען געוואוינט אז אזוי באלאנגט עס, קינדער האבן נישט מורא געהאט ווייל באמת איז דאך נישטא וואס מורא צו האבן, און אזוי איז געווען משיח’ס צייטן אינדערהיים, איש וכבש יחדיו.
איך האב טעהאריש פארשטאנען וואס זי זאגט אבער איך האב נאך אלס געהאט ספיקות און נישט געוואלט משיג זיין וויאזוי זיי האבן זיך נישט געעקלט פון דעם מין בעל חי וועלכער גייט אומגעקליידעט שמוציג אן קיין בגדים און איז אוכל ועושה ווען עס שמעקט אים (און ווען דען נישט?).
אלנספאלס בין איך שוין געווארן עלטער אביסל און עס קומט מיר אויס צו זעהן א מין מאדנע פענאמענע ווען עס קומט צו אזא שיינע זאך ווי דער שניי!
יא! די שניי דערמאנט מיך פון די מעשה. פארוואס?
ווען איך בין קליין געווען האב איך אסאך שניי געזעהן, און מיט אסאך געשפילט, און געגליטשט לרוב. אבער דער שניי איז אלס געווען נאך א סארט וועטער, עס איז נאר געווען אינטערסאנט די ערשטע האלבע שעה ווילאנג ס’איז נישט שמוציג געווארן, דערנאך האט מען זיך געווייקט אין בלאטע מיט א שמייכל. ווען דער שניי האט זיך פארלאזט האט מען פארגעסן דערפון און געגאנגען ווייטער. אויף אזוי ווייט אז “די פאראיאריגער שניי” איז געווען א סימבאל פון א פארגעסענע זאך.
שטיי מיר יעצט אין א פרישן דור וואס נישט נאר מ’האט מורא פון ציגעלעך און קעלבעלעך נאר מ’ציטערט אימת מות פונעם שניי! מ’רעדט דערפון א גאנצע וואך בעפאר ער קומט אן, און א יאר צוויי נאכן פארלאזן זיך אין די אפלויפן סיסטעמען.
יעדער איז פארטוהן אין די בעסמאקעוועטע נייעס פונעם שניי! אבער אלמלא דאס אליינס החרשתי, וואס שטערט מיך די מערסטע איז די פחד און אנגסט ארום דעם שניי.
אוי געוואלד וויאזוי וועט מען גיין אין שוהל אריין? מענטשן קויפן עסן ווי עס קומט ווען א טארנעידא. מ’קוקט מיט מורא און מ’שפעקולירט אין דעם גרויסקייט פונעם שניי.
העי! מ’האט שוין געהערט אזוינס! וואס איז די בהלה? דער שניי קומט און גייט, און געגאנגען ווייטער.
יא איך ווייס אז איך בין דעמאלס קלענער געווען און געקוקט מיט א צווייטן בליק, אבער מיין טאטע און מיינע אנדערע באקאנטע וואס זענען יא עלטער געווען האבן קיינמאל פונעם שניי קיין עסק נישט געמאכט. מ’איז אויפגעשטאנען צופרי און געזעהן א שניי האט מען אויפגעוועקט די קינדער מיט איין שמחה אז היינט איז לעבעדיג עס שנייט! מ’האט אפיר גענומען די קליינע רויטע שאוולען און מ’האט געשאוולט.
איר פרעגט מיך? איך מיין אז אין 10 יאר ארום וועלן מיר שוין האבן שניי בונקערס (משיח זאל אודאי דא זיין פריער) ווי אונזערע געפיעשטע קינדערלעך און אייניקלעך וועלן זיך באהאלטן מיט ראדיא טראנסמיטערס און כלי זיין על כל צרה שלא תבוא ווען א שניי קומט, און נאך א שניי וועט זיין סעודות הודאה אין די ארמארי זאלן מיט קאמפיין’ס פאר צובראכענע אידן וואס האבן נעבעך דערשראקענערהייט געמוזט זיין אינדערהיים געשטראנדעט ווען דער שניי איז געקומען.
גיטס געלט פאר א ארימע משפחה וואס האט א פיצעלע בונקער מיט 10 קינדער אין שטוב. וואו זאלן די ארימע גיין ביי א שניי??? אזוי וועלן זיין פלאקאטן ביי א וועטער טויש.
טאטעס וועלן פארציילן פאר די קינדער וויאזוי אמאליגע צייטן פלעגט מען זיך אנטוהן א מאנטל און גיין לאנגע שטרעקעס אינעם שניי. די קינדער וועלן עס הערן מיט אפענע גאפט און מיט פארשטייפטע שטערן’ס ווי ס’וואלט געווען מסירות נפש ממש.
מ’וועט פארציילן וויאזוי קינדע פלעגן זיך אן קיין שום זעלבסט ווירדע שפילן מיטן הייקאלן שניי און די נעזעלעך פלעגן פאררויטלט ווערן. און די אייניקלעך אונזערע וועלן נאך האבן קאשמארן ביינאכט חלומ’דיג פון רויטע נעזער!
צו ווייסט איר קינדערלעך וואס מיר האבן אלס דורכגעמאכט, ווען קיין פארקינג האט מען נישט געטראפן וועגן די שניי אנגעלייגעכץ? און דער עוכר ישראל בלומבערג האט נישט אויפגעשארט די שניי הי”ד.
טאטי וואס מיינט פארקינג???
א אפקומעניש פאר זיך! איך וועל אייך נאך אמאל דערציילן באריכות. ס’נאך דעמאלס נישט געווען די אי-טשאפערס אויף יעדן דאך. אבער יעצט דארף שוין יעדער גיין שלאפן. א גוטע נאכט און אריין אין בעט! (וואס מיינט בעט? אקעי נישט יעצט…)
יא די דורות טראסקענען אן קיין שום פראפארץ. מענטשן שטארבן! לענדער הונגערן! פרנסות זענען שווער! און שניי איז די נייעס!
איר ווייסט אפשר די וועטער? אז נישט גייט ארויס און קוקט. איר קענט גאנץ שנעל אויסרעכענען צו ס’איז קאלט אדער ווארים …
תגובות
קיין תגובות.