וואס זאגט דער גוי?
טאטי! טאטי! איינער האט געזאגט א מיאוסע ווארט…
אוי וויי! ווער? מ’טאר דאך נישט…
עפעס א גוי, דא אויפן קארנער!
אה! קינד מיינס. קוק נישט אהין, און הער דיך נישט צו. דערפאר ביזטו דאך א איד…
***
א שרעקליכע טראגעדיע וואס דער שפראך איז צו ארים צו באשרייבן האט פאסירט ביי אונזער היימישן עולם, מיט א רציחה איבער א באליבטן אינגערמאן וואס איז באקאנט געווען מיט זיין צדקה וחסד, און אפילו אן זיינע מצות ומעשים טובים, אן זיין רעזומעי אין חסד, איז ער א טאטע פאר 8 קינדערלעך געווען, און מאן פאר א נארוואס געווארענע אלמנה. אזוי טראגיש! אידן נעמען זיך אינטער גוטע קבלות לעילו נשמתו כדרכם בתורה, און מ’בעט דעם אייבערשטן אז ווייטער זאלן מיר נישט ח”ו געפרואווט ווערן מיט אזוינע שרעקליכע נסיונות.
קומט אריין דער אלעמען באקאנטער שווארצער מלאך דער משחית, און ווי נאר ער זעהט א געוויסע ערנסטקייט אויף זיינע אנגעלאקערטע אידעלעך, זוכט ער כל מיני טצדקים זיי צו מטשטש זיין און פארדרייען דעם קאפ פונעם עיקר, און אלעס נאר כדי זיי זאלן נישט האבן דעם ריכטיגן דעת צו באטראכטן מיט א אידישן בליק דעם גאנצן עפיזאד.
ער זעצט זיך אריין אין די קעמערלעך פון די שמוציגע ניו יארק פאוסט ווי ער האט עמטליך א שטאב מיט ארבייטער’ס וועלכע טוען וואס ער הייסט אן קיין צוויי מאל הייסן, און ער הייסט אז דאס מאל זאל מען שרייבן עפעס שמוציגער ווי געוויינליך.
ער ווייסט אז זיינע אנדערע קאמאנדירן ווי טוויטער פעיסבוק און אלע אנדערע אינטערנעט זייטלעך וועלן אים פולקאם דעקן, און ער ווייסט אז ער האט גענוג קאנדידאטן וואס זאלן ארום פירן דעם שמוץ אז ס’זאל קלעבן אויף אלע זייטן פונעם אידישן פאלק ליידער…
***
לאמיר פארשטיין וואס דא קומט פאר!
יארן צוריק ווען עס האט זיך נאר אפגעשפילט סיי וועלכע פרשה ביי אידן, צו איז עס געווען א פרייליכע געשעעניש, אדער ח”ו א טראגעדיע, איז אלס געווען ביי אידן א צוזאמענארבייט סיי אין די שמחה און סיי ח”ו דאס פארקערטע. מ’האט זיך אלעמאל געשפירט איינער דעם צווייטן, פונקט ווי היינט, און נאך מער.
איין זאך אבער איז נישט געווען! די פאר אידן וואס פלעגן ברענגען די נייעס אין ביהמ”ד און מ’האט זיי עמטליך גערופן די מקוה נייעס אגענטור, זיי האבן נישט געקענט ברענגען א גויאישן צייטונג, נאר געקענט נאכזאגן בערך וואס זיי האבן געהערט אדער געלייענט, און דער עולם איז געשטאנען אין די זייט און געקעמט די בערד, און אדער מיט געשאקלט מיט ווייטאג, אדער מיטגעשמייכלט פון די צימעס. און ווען מ’איז ארויס זאגן ברכת התורה האט מען פארגעסן פונעם שמועס, און דער טאג האט זיך אנגעהויבן צו פירן ווייטער ווי א אידישער טאג.
פאסירט האט אבער אז דער שטן האט אריינגעלייגט זיינע כוחות אין טעכנעלאגיע, און היינט איז יעדער א אלסווייסער, און אלע קומען אין מקוה אלס די רעדנער’ס נאר די פאר צוריקגעבליבענע כולל אינגעלייט וואס האבן טעלעפאן אן טעקסט דארפן זיך נעבעך צוהערן צו די געשרייען פון אלע ווייסערס.
עס איז טראגיקאמיש אבער איך האב געקוקט לעצטנס וויאזוי א נייעס שמועס זעהט אויס, און איך האב געלאכט צו מיר אליינס אזש ביז איך האב אויסגעזעהן ווי א פון זינען גערירטער ל”ע.
שטייען 12 מענטשן און שמועסן. יעדער ציהלט צום לעצטן פון די פארקערטע ריכטונג (א שאדע איך בין נישט קיין גוטער גראפיקער, איך וואלט אייך געמאלן א בילד פון וואס איך רעד… וועל מיר דאס לאזן פאר די עקספערטן) למשל אויב שטייט מען אין א קרייז וועט יעדער רעדן צו דעם וואס שטייט די ווייטסטע פון אים, און שרייען גענוג הויך, און מיט א אונטער בליק קוקן ווער נאך עס הערט וואס ער זאגט.
אלע רעדן אין די זעלבע צייט (ווי ביי די נשים זאלן זיין געזונט) און קיינער הערט נישט דעם צווייטן.
נאר איינער שטייט גראד אינמיטן די גרופע, און ער מאכט מיט די הענט ווי א קאארדינעטער.
אהא איך הער וואס דו זאגסט..
איין מינוט… וואס זאגסטו? לאז איין מינוט איך קום שוין צוריק.
ווארט איך האב נישט געהערט דיין לעצטע סטעיטמענט.. אהא מיינסט צו זאגן אזוי?
און אזוי שטייט יעדער און פרובירט צו באקומען די אכטונג פון דעם אומגליקליכן אינגערמאן אינדערמיט.
און מה טובו? פארוואס וויל יעדער נאר אז ער זאל הערן?
ווייל ער איז דער איינציגער וואס ווייסט אפשר נאך נישט! ווייל ער איז דער איינציגער וואס האט נישט קיין צוטריט צו די אלע כלים, און ער קען נאך זיין אינטערסירט דא צו הערן עפעס…
אזוי שטייען, גרופעס אין צווייען און אין דרייען, און טוען קייען, אלע אלטע בעבלערייען, און פרובירן צו פארדרייען, א קאפ אין צווייען.
איז אבער מיט דעם גאנצן חורבן מיטגעקומען נאך א פראבלעם וואס ממש נעמט ארויס דעם מענטש פון גלייכגעוויכט.
פלוצלינג זעהט ער וואס דער גוי שרייבט!
פלוצלינג איז ער קלאר באהאוונט מיטן עשו שונא ליעקב!
ביז היינט האט ער נאר געקענט די פוילישע גויטע וואס ארבעט ביי אים, און דעם שבת גוי פון ביהמ”ד, און דא אנטפלעקט זיך פאר אים א עשו במילואו… און ער פאנגט אן צו פארפירן…
***
מיינע טייערע ברודער. דער ניו יארק פאוסט מיט אלע אנדערע שונאי ישראל האבן נישט היינט אנגעהויבן, און עס האט אונז קיינמאל נישט אינטערסירט וואס זיי זאגן! עס האט אונז נישט אינטערסירט, און מיר ווייסן נאך היינט נישט וואס זיי האבן דעמאלס געזאגט אדער היינט געזאגט.
דאס אז דער גוי האט אונז נישט ליעב, איז אן אלטער כלל.
דאס אז מיר דארפן אלעס וויסן, און ענטפערן דערויף מיט שטותים והבלים איז גאר א נייער כלל.
דאס ערגסטע ווערט נאך ווען פלוצים ווערט דאס דער עיקר, און אלע פאליטיקאנטן כאפן זיך ארויף אויף דעם גרינגן וועג ארויס, און פאנגען אן צו נעמען זייער גרינגסטע מעטאד פון האלטן א מייק און פארפירן ברבים, און יעדער קלאטש, און אלעס פאטשט, און . . . . נאך אפאר וואוטס ביים נעקסטן עלעקשאן.
רבותי! איז דאס דא דער פראבלעם? מיר דארפן אז די פאליטיקאנטן זאלן פארדאמען דעם פאוסט? דעם וואס?… ווער איז דער פאוסט? וואס האבן זיי מיט אונז?
מיר דארפן תשובה טוהן! און די בעאמטע זאלן זיך אפגעבן מיט כאפן די פארברעכער, און דער פאוסט זאל ווייטער שרייבן וואס זיי ווילן…
דער פאוסט איז נישט מיין פראבלעם יעצט, און וועט נישט זיין מיין פראבלעם אין עתיד נאר טאמער איך וועל עס לייענען ח”ו.
לאמיר געדענקען אז אונז האט קיינמאל נישט אינטערסירט וואס דער גוי זאגט, און אודאי נישט וואס א נידריגער צייטונג פון די נידריגסטע פעלקער וועלכע ווערט נישט געליינט דורך אפילו גויים מיט א טראפ וועזן…
גענוג איז גענוג! צוריק צום עיקר…
וואס האט איר זיך אינטערגענומען היינט לעי”נ משולם מנחם בן ישראל? דאס איז וואס מ’פארלאנגט פון אונז און גארנישט מער.
תגובות
קיין תגובות.