מיין נסיעה’לע (חלק א’)
עס קומט מיר אויס אסאך צו פארן פון שטאט צו שטאט אין אמעריקע, און אמאל דארף מען א פליגער דערצו, בין איך נישט אויסגעהיטן פון די “עירפארט און פליגער קאדאטשקע” וואס מ’דארף אלס דורכגיין ווען מ’דארף פליען.
אלזא בין איך יעצט אין א עירפארט אין ניו יארק ווארטענדיג אויף א פליגער מיך צו פירן בעז”ה צום דעסטינאציע וואו עס איז אנגעשריבן אז איך דארף היינט פאר געשעפטן אהין פארן (נישט פאר געלט! פאר געשעפטן!)
האב איך זיך בארעכנט אז עס איז נישט מער ווי יושר מיטצוטיילן א טאגבוך פון די נסיעה כאטש ס’איז נאר דאמעסטיק אבער פארט א נסיעה מיט א פליגער איז אלס אינטערסאנט צו באטראכטן פון א רייזנדערס בליק.
היינט פאר איך מיט דזשעט-בלו די פיאנירן פון קאמיוניזם אין פליגער ביזנעס. יא יא זיי האבן די ערשטע איינגעפירט גלייכבארעכטיגונג פאר ארים און רייך צו גלייך. זיי האבן אויסגעריסן דעם איינגעווארצלטן אמעריקאנעם שטאלץ פון פוירסט קלעסס און איינגעפלאנצט איקוואלעטי פאר אלל.
די מעלה באמת איז מער דאס אז יענער זיצט “אויך נישט” אין פוירסט קלעס! עס מאכט דעם טיפישן אמעריקאנער צופרידן. אבער איך מוז מודה זיין אז זיי האבן מער פלאץ פאר די פוס ווי סיי וועלכע געוויינליכע עירליין. אקעי צוריק צום נושא.
איך קום אן צום עירפארט און ווי א חכם פרינט איך שוין דעם בארדינג פעסס פון בעפאר נישט צו דארפן שטיין לאנג אין די רייע פאר די רייע פון אלע רייעס. און איך זינג מיך אינטער “איד איד וואו איז דיין באארדינג פעסס” אלע וויילע זוכנדיג צווישן מיינע הויפענעס מיט טאשן און טאשקעס. פונקט מאך איך א חשבון אז אויב פארקויף איך יעדע טאש וואס איך האב און נוץ ווי א גייענדע אפיס נאר פאר 5 דאללער א שטיקל קען איך קויפן א נייעם אנצוג…
איך שטיי שוין ביי די רייע וואו מ’טשעקט איין און מ’טשעקט דיך אויס! און דער גרא”ף של ריי”ע רופט אויס רולס און רעגולעישאןס וואס מ’מעג יא אדער נישט מיטנעמען. דאס מערסטע געפעלט מיר אז מ’דארף נאר אויסטוהן די שיך! איך האב געמיינט אז היינטיגע צייטן האלט מען שוין ווייטער.
איך פרוביר אלס אויסצוליידיגן די טאשן עד כלות. איך זוך נישט עקסטערע עטטענטשאן. אבער עס געלונגט מיר זעלטן. וועל מיר זעהן וויאזוי עס וועט זיין היינט.
איך בין בשלום אריבער די עקסרעי מאשין, איך פרעג דעם דאקטאר צו ער זעהן עפעס אין מיר וואס דארף מיך באזארגן. ער שמייכלט און זאגט אז ער זוכט נאר וואס איך האב פון אינדרויסן, גיי ווייס! וואס קען איך האבן אינטערן קאפל וואס אים אינטערסירט דארט???
איך גיי געמיטליך אריבער און פלוצלינג… א שטאב מיט חברה פון די טי עס עי באגלייטן מיך איינער מיט מיין טלית בייטל און א צווייטער מיט מיין קליינעם טאשקע. וואס גייט פאר?
סיר קען יו פליז קאם טו די סייד? איך מאך זיך ווי איך האב נישט מורא, אבער אינעווייניג פרוביר איך זיך צו דערמאנען אויב איך האב נישט געטוהן א טובה פאר איינעם צו ברענגען אנטיק ספרים???
זיי נעמען ארויס פונעם טלית בייטל א פארגעסענעם פלעשל וואסער וואס איז אומלעגאל אריבער צו טראגן די גרעניצן פשוט ווייל מ’האט מורא אז א איבערפלוס פון וואסער וועט מאכן א פארפלייצונג… נאר נארמאל.
און פון מיין טאשקע גנב’נען זיי ארויס די ציין פוץ וועלכע איז גרעסער ווי די ערלויבטע סייז. זיי פרעגן מיך מיט הכנעה צו זיי קענען עס גנב’נען פאר קיפס? איך זאג זיי: איר זעהט? ווען איר בעט שיין קענט איר האבן אויך א פעקל קוקי’ס. זיי האבן נישט געדארפט. בין איך געגאנגען ווייטער און איבערגעלאזט די וואסער און ציין פוץ ביי די גאווערמענט וועלכע וועט עס שוין פאר’אקשענען’ פאר איינעם.
אנקומענדיג צום “געיט”. ס’הייסט א געיט פשוט ווייל … אה איך ווייס נישט פארוואס! איך זעץ מיך אוועק אין א ווינקל און נעם אפיר דעם באהאלטענעם אפיק-מן די פרשת המן פאפירן און איך פאנג אן זאגן מיט כוונה שניים מקרא ואחד תרגום. און דא ווערט מיין נסיעה”לע ווערד דאס געלט, ווען א אידל מיט א קליין קאפעלע פרעגט מיך צי ער קען זיך זעצן נעבן מיר. זעהט אויס ער האט געמיינט אז איך בין דא דער לענד(סלאם)לארד. פארשטייט זיך אז איך האב צוגעשאקלט אויף “זיכער”.
ער קוקט אריין אין מיינע פאפירן און מאכט זיך ווי ער קוקט אין זיין טעלפאן. וואס גייט מיך אן? ער קען זיך נישט איינהאלטן אוןרופט זיך אן אין א באקוועמען וויליאמסבורגן אידיש צו מיר: דארפסט תרגום? איך קען דיר שיקן א אימעיל דערמיט! איך ווייז אים אז איך האב תרגום און זאג ווייטער.
איך ענדיג זאגן די פרשה, באגריס איך מיין שכן וועלכער איז אין די מיטעלע פופציגער יארן מיט א ברייטן שלום עליכם און באקען זיך נענטער מיט אים.
ער פרעגט מיך צו איך האב שוין געהערט פונעם שייגאץ …. און איך זאג אז נישט, זאגט ער מיר אז ער איז דאס דער שייגעץ.
איך מאך זיך רואיג כאטש אין הארצן זיד מיר דאס בלוט פאר רחמנות אויף זיין אידישע היימישע משפחה און אויף זיין נשמה. איך פיר ווייטער א שמועס מיט אים. און דא פארן מיר אריין אין מילדע ויכוחים קודם איבער אידן בכלל און דערנאך אביסל איבער די חילוקים פון סאטמאר און חב”ד. עס איז געווען זייער א געלונגענע שמועס (נישט אז איך האב עפעס אויפגעטוהן ביזדערווייל, אבער ער וויל מיט מיר האלטן קשר, וועל איך פרובירן צוביסלעך משפיע צו זיין אויף אים בעז”ה)
יא פונקט ווי אלע זענען זיינע עלטערן שולדיג פאר זיינע חילולי שבת און זיינע קינדער זענען שולדיג פאר זיין שוידערליכע מיזערי אין וואס ער לעבט איינזאם און צובראכן ווי א שארבן.
איך האב אין אים אסאך אריינגערעדט און ער האט פיל טרערן פארגאסן בשעת מעשה נעבעך. זאל זיך דער אויבערשטער מרחם זיין אויף אים. (איך האף אמאל אפצושרייבן א ארטיקל מער אין דעטאלן איבער דעם מהלך הויכוח מיט אים און מיט אנדערע וואס איז מיר שוין אויסגעקומען צו אויפטוהן ב”ה אויף אזוינע פלעצער).
זאלן מיר די טראנספארטעישאן סעקיוריטי עדמיניסטרעישאן מוחל זיין אבער איך בין זיכער אז זיי האבן א ספיעקער אין גיהנם אויך ווייל צו נערווירן די מענטשהייט זענען זיי פערפעקט. די אלע אויסרופערייען מיט נארישע זיכערהייט לאזונגען אלעס כדי מ’זאל זיי נישט קענען קלאגן אז מ’האט נישט געטוהן גענוג.
פאנגט זיך אן די מערכה פון ארויף גיין אויפן פליגער! מ’רופט אויס ווער ס’קען שוין גיין און ווער נישט! איינער נעבן מיר א אלטער גויאץ קוקט יעדעס מאל אויף זיין בארדינג פעס ווי איינער וואס וויל זעהן צו ס’האט זיך געטוישט זיין זיץ פון אפאר מינוט צוריק. דער קען נישט באשלוסן זעהט אויס צו די טיקעט נומער איז זיין זיץ נאמער.
הארט פאר מיר קומט אן א אינדיאנע ספאנישע איטאליענישע רוסישע משפחה מיט פיר קינדער און זיי האבן פראבלעמען מיט די זיצן וואס מ’האט זיי צוגעטיילט, און די גאנצע בארדעראציע שטעלט זיך אפ און ס’גייען קולות ביזן הימל. (איך וואונדער מיך וואס מ’וואלט געזאגט ווען א חסיד שטעלט אפ די בארדינג אפילו נאר מיט שטילע באנעמונג…. אוממענטשן)
איך בין שוין אויף די האללוועי צום פליגער און מ’מארשירט אריין און ווארט ווילאנג איינער איז מסדר זיינע פעקלעך אינעם אווערטאפ בין. יענער האט טאקע נישט קיין סאך געלט זעהט אויס, אבער צייט האט ער גענוג צו מיטטיילן מיט אלע צייטבאדערפיגע. דער פאררעכט זיך די מכנסיים און מיט א רואיגקייט שטייענדיג אין די מיטן גרייט ער זיך אן זיין חזיר סענדוויטש (ווייטער טראכט איך וואס וואלט געווען ווען ער איז ח”ו א חסיד…)
איך זעץ זיך אוועק אויף מיין זיץ וועלכע איז איינס פון דריי ביי די עק ביים דורכגאנג, און ווארט צו זעהן ווער מיינע שכנים וועלן זיין די קומענדיגע פאר שעה.
א שווארצער קומט אן מיט זיינע פעקלעך! אה נישט פעקלעך! נאר א גרויסן כלי צו הערן זיינע מוזיק. גיי ווייס פארוואס די שווארצע האבן קיינמאל נישט קיין פעקלעך צו שלעפן נאר א עמפיטרי אדער א אנדערע פינק קאלירטע מאשינקע.
איך מאך אים פלאץ, ער מאכט מיך פלאצן, אבער ענדליך זיצן מיר שוין ביידע. און והנה און אט קומט אן דער דריטער. אקעי יעדער ארויס פון סיעט און דער דריטער שפאצירט אריין מיט גרויס כבוד און פאראד.
די אינטערסאנטע זאך וואס איך זעה אלס אין אזוינע מצבים און האט מיך געברענגט צו לאכן יעצט אויך, איז די פאלשע דיפלאמאטישע מענטשליכע אמעריקאניזם וואס גרוילט ביים הארצן.
דאס פאלשע שמייכל! דאס פאלשע העפליכקייט! מיט טויטע קללות אויפן צונג איז אזוי שרעקליך עקלדיג אז עס זינגט זיך אינטער ברוך שלא עשני גוי.
די באדינערס אויפן פליגער מאכן זייער פרעזענטאציע וואס איז מער ווי די “פליגער הימנע” און די ריכטיגע אפטייטש פון רעדן צו די וואנט. און דער פילאט רופט אויס אז ס’איז דא א שטיקל פארשפעטיגונג!
(פארזעצונג קומט אי”ה)
תגובות
קיין תגובות.