דער פרייז פון א עצה
דרייט זיך א וועלט, און מ’כאפט גארנישט ווי זאכן ענדערן זיך מקצה לקצה אויסער די פאר קליינינגקייטן וואס טוישן זיך קיינמאל נישט.
יארן צוריק איז דער האנדל וואנדל געווען אזוי. רייכע האבן געהאנדלט מיט געלט, מיטעלע האבן אסאך געהאנדלט מיט טוישן חפצים פאר חפצים, און דער ארימאן נעבעך האט געהאנדלט מיט משכונות, פארמשכן’ט ביי יענקל’ן גענומען ביי ברוך’ן און אזוי ווייטער.
ווען טעכנעלאגיע האט פארפינסטערט די רואיגע וועלט, האט געקאסט א פארמעגן זיך צו ערלויבן די לוקסוס, אנגעהויבן ביים טעלעפאן געגאנגען צום אויטאמאביל און אזוי ווייטער.
ביז ס’איז אריין אין שוסטער מארק, און היינט קען מען שוין נישט איינטוישן קיין חפצים, דער גרעסטער קבצן דארף האבן פיקוח נפש’דיג וויכטיג אלעס פונעם נייעסטן מאדעל, פשוט ווייל מ’האט אים געזאגט אז “ביליג איז טייער” און ער גלייבט.
א טעלעפאן קאל וואס האט אמאל געפאדערט א קוואדערל א מינוט אדער מער, קריגט מען היינט אין א באגאזש מיט פארשידענע אפציעס בחנם אזש עס לוינט זיך נישט עס איבערצולאזן ביים סוחר.
גאנצע וועבזייטלעך און בראשורן זענען רויט קאלירט “בחנם” צו כאפן דעם אויג און דער פארכאפטער וואנדערער זאל קויפן דעם חפץ אדער סערוויס פאר “אומזיסט”.
דער קאנסומער איז אבער אויך קלוגער געווארן און ווייסט שוין אז בחנם קריגט מען כינים, האבן די יושבי ראש אויסגעפינען א געדאנק און מיטן קראנקן אויסרייד פון פרסום און מודעה קען מען שוין טאקע קריגן אלעס בחנם, נאר כדי צו ברענגען אדווערטייזערס וכו’.
איז אבער אלס דא איין זאך וואס דער עולם ווארפט זיך דערמיט ממש בחנם אן קיין אויסזיכטן פאר קיין פראפיטן! און דאס איז: עצות!!!
איר הערט? עצות קענט איר קריגן בחנם אין כסף אן קיין שטריקלעך און שטיקלעך אטאטשירט! אויף אזוי ווייט אז איר דארפט אפילו נישט פרעגן! מ’וועט אייך געבן מער עצות ווי איר קענט באהאנדלען!
נו! איז דאך גוט! דאס הייסט אז אמאל ווען איך האב געדארפט אן עצה טובה האב איך זיך געמוזט ארויסלאזן זוכן א פראפעסאר אינעם ספעציפישן הינזיכט. היינט דארף איך נאר לאזן וויסן מיין נעקסט אין די רייע אין גראסערי אז איך בין אובד עצות און דער סופערמארקעט ווערט פארוואנדלט אין א ביבליאטעק מיט עצות.
יא יעדע זאך האט זיך די שווערערע חלקים, ווי למשל ווען איך באקום עצות פון היימלאזע, וויאזוי צו דעקארירן א היים. אדער פון בלינדע, וואס עס זעהט אויס שיין. און פון טויבע, וועלכער זינגער איז היינט א שטערן. וכהנה. אבער דאס איז די פרייז פון די אומזיסטע סערוויס.
האב איך אלס ליעב זיך אונטערצוהערן עצות פון מענטשן אויף די אנדערע זייט מטבע, און זיך משתעשע זיין מיט א געלעכטערל. נעבעך א ביטער געלעכטער.
איך הער וויאזוי בחור’לעך שמועסן איבער זייערע מגידי שיעור, און האבן ארויס פונטקליך וואס פארא סארט זיטן די מגידי שיעור פארמאגן, און וואס די מגידי שיעור העטן ווען געדארפט טוהן אין די אדער יענע סיטואציע.
איך הער ווי אינגעלייטלעך וואס אויב פרעגט איר זיי דעם סאושעל סעקיוריטי נומער זייערן, רופן זיי אהיים פרעגן די בני בית. אבער זיי געבן עצות און פלענער פארן סטאק מארקעט.
איך הער ווי טראק דרייווער’ס מיט מאשין טרייבערס שמועסן דורך וועלכע פון די רבנים ס’איז באמת א ירא שמים, און ווער עס מאכט זיך נאר. דאס שענסטע איז נאך ווען דער פארגרעבסטער פון די חברי’ פארציהט דעם שטערן און פארברייטערט די נאז לעכער און מורמלט ארויס דעם אלעמען באקאנטן: איך פארטראג נישט דעם בלאף!
איר וועט עס אפשר מער פארשטיין ווען איר קומט אין מקוה און איר זעהט די זקני העם דורכשמועסן א שטיקל צייטונג, מיט די נייעסן וואס זיי האבן געלעזט די פארגאנגענע וואך און געבליבן אינדערמיט ווארטנדיג פארן נעקסטן וואך צייטונג צו וויסן די ענדע פון די מעשה, און איר שמייכלט זיך אונטער. הע! קול מבשר האט שוין געמאלדן די מעשה אנהייב וואך און זיי רעדן נאך דערפון.
קומט אמאל אויס צו הערן א שמועס אין חינוך, וויאזוי אונזערע מבינים וועלכע פארשטייען אלס און אלעס שמועסן אויס דעם געדאנקן גאנג פון א בחור’ל און וואס ער האט יא אדער נישט ליב און וואב ער פארטראגט אדער פארטראגט נישט, ועוד.
און אמאל אינמיטן א העפטיגן שמועס ווען דער יחיד מומחה וואס רעדט די העכסטע באמערקט אז א מחנך שטייט אין די זייט און שמייכלט זיך אינטער פון זיין מבינות, וועט ער אזוי אומשולדיג געבן א פארווארף דעם קעפל צו די זייט און זאגן; איך פרעג נאר! פארשטייסט, איך טוה נישט אין די זאכן!
דאס איז דער מציאות היינט, אז אויב דארף מען עצות גייט מען צו גוגל, און אויב דארף מען נישט באקומט מען עס פון אלע חכמי כעלעם מיט מיינונגען אויף יעדע זאך.
נו! וואס איז די פראבלעם? דאס פרעגט איר? די פראבלעם איז אמאל סתם אזוי אז ס’איז נערווירענד, אבער אמאל איז עס נאך ערגער ווען א יאצמעך’ל נעמט זיך געבן עצות און זאגן מיינונגען און נישט מער און נישט ווייניגער, דער עולם שפירט פאר וויכטיג צו ענטפערן, צו טענה’ן, צו דעבאטירן.
איר וועט הערן מענטשן רעדן: איך גלייב! איך מיין! איך שפיר! מיין מיינונג איז! וכו’ און ווייל יענער זאגט אז דאס איז זיין מיינונג איז עס שוין א מיינונג און מ’דעבאטירט שוין.
אפשר ווייזט איר מיר פון וואו אייער עקספערטיז אין די נושא נעמט זיך?
אבער ווען די מענטשן וואס האבן ערפארונג און לייסנס צו רעדן אין א ספעציפישן נושא, וועט מין זיי אפפרעגן און די קליינע קעפ וועלן זיך אמאל אויסדרוקן: וואס ווייסט ער? ווייל ער טוט דאס אדער דאס, מיינט ער ער ווייסט שוין אלעס???
און דו מיין פריינט! פון וואו ווייסטו?
דאס איז די פרייז פאר אומזיסטע עצות!
ווי זאגט דער חכם: בחנם קריגט מען כינים! און כינים איז קיין עצות נישט!!!
תגובות
קיין תגובות.