מיין נייע ביזנעס ברענגט נישט קיין געלט.
האט איר שוין אמאל געהאט אזוינס, אז איר זענט אין א ביזנעס און איר ווייסט אפילו נישט דערפון?
הערט א מעשה, איך קום היינט אקעגן א קונטרס’ל (איך האב פארגעסן צו כאפן א בילד) מיט ארטיקלען פון איימיצן “זאלץוואסער” וואס פארקויפט זיך פאר $2.00 און עס האט אפילו אויף זיך די טעמפלעט התראה אז מ’טאר נישט נאכמאכן וכו’, דאס מיינט איינער האט עס לעגאל אפגעקויפט ערגעץ ביי א בריקן פארקויפער…
וואס טוט מען ערשט?
איך לויף צום פאסט קעסטל, ווייל איך זעה דאך מ’האט עס שוין פארקויפט, מיינט עס אז איך מאך שוין געלט! ניין?
נישטא קיין געלט!!! אפשר האבן זיי נישט מיין אדרעס פונקטליך?
איך בין דן לכף זכות, אז דער איבערפלוס פון ארבצייט נאכצוגיין קאסטומערס האט נאכנישט געלאזט צייט פארן ציילן דאס געלט.
ווייסט איינער דערפון? ביטע לאזט מיך וויסן! מיינע ארטיקלען זענען “בחנם” אין כסף” און אויב איינער וויל עס פארקויפן דארף ער מיר צו פרעגן רשות מיין איך… ניין?
אויב וויל ער עס סתם פארשפרייטן, כל הכבוד, און איך בין אים דאנקבאר, אבער נישט פאר קיין געלט.
תגובות
קיין תגובות.