וואס ווייסט דער גוי?
עס איז מיר נעכטן אויסגעקומען צו פארן מיט א קאלעגע ביי די ארבעט, א גוי. אינמיטן וועג זענען מיר דורכגעפארן וויליאמסבורג, בערך 7:00 ביינאכט.
פאר אונז האט זיך אפגעשטעלט א באס פון וואו עס זענען אראפגעקומען טייערע איידעלע בחור’לעך פון א יאר פערצן אדער פופצן מיט די תפילין אינטער די ארעמעס, און זיך אהיים געיאגט איידעלערהייט צו גיין זיך אויסרועהן לעבודת הבורא אויפן מארגנדיגן טאג.
דער גוי פרעגט מיך מיט וואונדער: זאג מיר נישט אז זיי קומען יעצט אהיים פון א גאנצן טאג לערנען!
האב איך אים פארשטייט זיך געזאגט אז יא! און איך האב מוסיף געווען אז זיי לערנען פון גאר פארטאגס ביז יעצט, און זיי שפילן נישט אינדערמיט אדער פארברענגען נישט קיין עקסטערע צייט נאר וואס מ’דארף צום קענען לערנען די הייליגע תורה.
גיבט ער זיך א גראד אויס און פרעגט מיך: וואס מיינסטו? וויפיל צייט פון טאג איז רעליגיעזע שטודיעס און וויפיל גייט פאר וואכעדיגע שטודיעס להבדיל ווי למשל מעטאמאטיקס און אנדערע וויכטיגע זאכן וואס יוגנטליכע דארפן לערנען.
זאג איך אים אז די גאנצע צייט גייט פאר לערנען די הייליגע תורה, ווייל אונז לערן מיר נישט כדי צו האבן פרנסה נאר כדי צו דינען דעם אייבערשטן.
קוקט ער מיך אן מיט צוויי אבטיח אויגן! איך פארשטיי נישט… די אלע וויליאמסבורגע ביזנעס לייט, (ער טוט אסאך געשעפטן מיטן היימישן ציבור) לערנען תורה ביז די חתונה און נאכדעם נאך אויך אפאר יאר? און ווען לערנען זיי זיך ביזנעס? אקאנאמיקס? וכו’?
זאג איך אים אז ביז די בר מצוה לערנט מען איין שעה א טאג די זאכן.
וואס זאל איך אייך זאגן, אזא מין פני תם אויף א גוי האב איך שוין לאנג נישט געזעהן. און ער זאגט מיר מסיח לפי תומו: עטס מוזט זיין זייער קלוג, איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו וואס איך בין אנגעקומען ווען איך פארברענג נישט יארן לאנג אין די שטודיעס (ער האט זיך באצויגן צום פאקט אז ער מיט נאך אסאך ווימס’ער אידן זענען אין די זעלבע ביזנעס, וואס פאר אים האט דאס גענומען אזויפיהל מער)
איך בין נישט אריין אין גאר טיעפע שמועסן ווייל “וואס ווייסט א גוי?” אבער איך האב צוגעענדיגט דעם שמועס מיט א גוטן טעם אין מויל, נישט אז דער גוי איז מודה, נאר אז בעל כרחך יענה אמן און דער קידוש השם פון אונזער לעבנסשטייגער איז ב”ה להפליא. (פארשטייט זיך אז נאר ביי א גוי וואס איז אביסל ערוואקסן און געלערנט און קען טראכטן עכ”פ לויטן גויאישן גראדקייט)
איך בין שטאלץ צו זיין א חסידישער איד פון לאנג בעפאר, אבער עס איז א גוטע דערמאנונג ווען דער מלאך רע איז מודה בעל כרחו, אז מיר זענען ב”ה דער עם הנבחר.
תגובות
קיין תגובות.