זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

טוט פעיסט – קאפפי פעיסט

16 יאנואר 2014, 04:39 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

איינמאל פאר אלעמאל אויסגראדן דעם חילוק אז מענטשן זאלן זיך מער נישט טועה זיין.

יא! וויפיל מאל מאכט זיך אז בטעות ווען איר ווילט זיך פוצן די ציין כאפט איר דעם ק\פ (קאפי פעיסט) אנשטאט די טוט פעיסט. אלזא לתועלת הרבים וועלמיר מפרסם זיין די גאר שטארקע צווישנשיידן.

ק”פ איז געוויינליך שווארץ אויף ווייס! ט”פ אסאך מאל ווייס אויף שווארץ . . .

ק”פ נוצט מען איבער דעם זעלבן נאכאמאל און נאכאמאל! ט”פ נאך איין מאל אין מויל נוצט מען עס מער נישט.

ט”פ איז געמאכט צו רייניגן! ק”פ צו פארשמירן.

ט”פ קומט אין א ווייכן טוב! ק”פ אין א הארטן סקרין.

ט”פ דארף א הכשר! ק”פ אויך???

ט”פ האט אמאל א גוטן נאכטעם! ק”פ זעלטן…

ט”פ ווען ס’נוצט זיך אויס ווארפט מען עס אוועק. ק”פ איינמאל אין באנוץ פארט עס ארום אן קיין קאנטראל.

ואידך פירושא זיל גמור.

תגובות

קיין תגובות.

→ וואס ווייסט דער גוי?פארוואס איך פרעג ←