וויאזוי בויט מען א מצוה טאנק?
וואס הייסט וויאזוי? איר קענט דעם ניגון אודאי: לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ… אה און אז מ’רעדט שוין פון לאטקעס וויל איך אויסדרוקן מיין גאר שארפע מחאה אויף די ערפינדער’ס פון דעם אוממאראלישן מאכל.
מ’פלעגט אמאל זאגן אויף א גאר חשוב’ן איד אז ווען איינער פרובירט אפצושפעטן פון אים און מאכט נאך זיין קול קריגט מען דעם שטראף אויפן פלאץ צוליב די גרילצענדע קולות וואס דער איד האט פאראורזאכט, און דאס האט געריסן אין האלז א שטיק צייט נאכן פרובירן אים נאכצושפעטן. וואס זאל איך אייך זאגן? די לאטקעלע האט דעם זעלבן חן.
אזוי שיין ווי ס’זעהט אויס אינעם ווייסן שניי אויף די פאליצעס אין בעקעריי, פרובירט נאר איינמאל אים אפיר צו נעמען און פארזוכן… איר ווערט באשטראפט אויפן פלאץ מיט גאר אומאיינגענעמליכע געשעענישן וואס קומען אלס רעזולטאט פון אייער פעולה.
לאמיר אייך געבן די כללים וואס איר דארפט אלס וויסן פאר איר הייבט אן כדי נישט נענש צו ווערן אויפן פלאץ מיט א זאראוואכע פון קאנפעקשאן ציקער אויפן בארד, און א מאסע דזשעלי אויפן ווייסן העמד.
1. נישט אטעמען בשעת’ן עסן. די סיבה דערצו איז וויבאלד דער אטעם אייערער בלאזט אויפן צוקער, וואס איז אזוי הייקל און שוואכליך פארשפרייט אויפן אויבערפלאך פאר קיין שום וויכטיגע סיבה.
2. נישט בייסן מיט די ציין. די סיבה וויבאלד אינעווייניג ליגט באהאלטן די קלעבעדיגע לאווע פון דזשעלי וואס מיט איין בייס אריין אין נישט גוטן ארט ווערט איר באשפריצט אן קיין מאפע און אן קיין שום עקסטערע ווארענונג.
3. נישט שטיקלען מיט די הענט. עס רייסט אויף דעם מויער צווישן די קאנפעקשאן צוקער און די דזשעלי און עס נעמט זיך רעגענען פון די לאווא.
4. נישט לעקן מיטן צונג. עס פאסט פשוט נישט, און איר קענט נאך בלייבן פארקלעפט אויפן אויבערפלאך פון דעם איידעלן אויסזעהנדיגן לאטקע ח”ו.
אלזא וואס יא? וואס קען מען טוהן מיט דעם אזוי געגארטן לאטקע וועלכע לעכצט פאר א תיקון?
עקספערטן זאגן אז די בעסטע וועג צו באהאנדלען דעם פראבלעם איז: לאזט די לאטקע טריקענען אויף די זון פאר דריי טאג, דערנאך עפנט מיט א פלאנדזשער דאס לעכל פון ווי דער דזשעלי האט זיך קובע מקום געווען און שארט עס ארויס פון דארט. דערנאך נעמט א האמער און צעהאקט דעם הארטן לאטקע און זייט אייך מחי’ דערויף.
קיין ברכה דארף מען נישט מאכן וויבאלד ס’איז אינו ראוי לאכילה אפי’ פאר א כלב.
אה איך האב פארגעסן אז איך האב אנגעהויבן מיט די שאלה וויאזוי מ’בויט א מצוה טאנק.
נעמט א קליינעם אידעלע און לייגט אים אריין אין א שאכטל פוהל מיט די דאונאט לאטקעס, לאזט אים דארט יערן ביז זאת חנוכה, און וואונדערליך ווען איר וועט עפענען וועט איר טרעפן א פערטיגן “מצוה טאנק”… בדוק ומנוסה.
תגובות
קיין תגובות.