זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

אין ליכט פון די ליכט [לכבוד זאת חנוכה תשע”ה]

23 דעצעמבער 2014, 05:09 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

אין א הערליכע געביידע מיט זילבער באצירט
האבן די דריי געמיטליך ארומשפאצירט.
דאס פלעמעלע דאס קנייטעלע.
מיט אויל און א קליינטשיג גלעזעלע
שוין יארן וואס זיי לעבן צוזאמען
איינער פון צווייטן טוט חיות נעמען
—

דאס קנייטעלע מיט שטאלץ טוט ערקלערן
הערט מיך מיינע טייערע הערן
אן מיר וואס וועט פון אייך ווערן
איר ברויכט מיך צו קענען אייער ליכט מערן

דאס פלעמעלע מיטן שמייכל דעם שיינענדיגן
אירע רוהמען קען נישט אליינס ענדיגן
זאלט איר אודאי מיינע פריינט נישט אזוי זינדיגן
אנע מיר קענט איר קיין ליכטיגקייט נישט ערצייגן

און דאס גלעזעלע אויל מיט אינערליך שטאלץ
איך בין פאר אייך ווי צום פייער דער האלץ
איר וואלט נישט עקזיסטירט אן מיין ביסעלע שמאלץ
איר שעפט חיונה פון מיין פעטנס אלץ

אוי קינדערלעך מיינע זאגט דער לייכטער דער שיינער
וואס דארפט איר זיך קריגן איר זענט אלע ווי איינער
אליינס גארנישט און צוזאמען זענט איר אלסדינג
ווייל צו יעדן געווינס איז אחדות א באדינג

—

די נשמה די לויטערע אין דעם גוף אריינגעלייגט
זיצט אין אווינקעלע און מיט איידלקייט שווייגט
דאס גוף אזוי איידל באשאפן א ג-טליך יצור
שעפט ווי א קנייטל איר חיונה פון איר

און אזוי שיינט דאס פלעמעלע און א לעבן עס שאפט
פוהל מיט שאיפות און שטרעבונגען מיט קראפט
דער מח’ל לויפט אן קיין אפשטעל
און דאס הערצעלע גלוסט און פארלאנגט פונעם זעל

אהוי זאגט די נשמה’לע אנע מיר וואו וואלט איר געווען
און דאס גוף ענטפערט מ’וואלט דיך נשמה’לע נישט געזעהן
און דאס פלעמעלע דאס לעבן דאס קליינטשיק עקזיסטענץ
פארלאנגט אירע רעכטן אן קיין דיפערענץ

אוי מיינע קינדערלעך וואו שיין זענט איר צוזאמען
ווי הערליך טוט איר וואקסן און בליעהן ווי בלומען
עקסטערע וואלט איר אין ערגעץ נישט דערגרייכט
און צוזאמען שיינט איר און דעם ארום איר באלייכט

ווען דאס ביסעלע אויל גיסט זיך אויס אזוי גרויזאם
און דאס קנויטעלע פארלעשט זיך און לייגט זיך צוזאם
וואס בלייבט פון די שאיפות וואס בלייבט פונעם פלאם
א טונקלערע שאטן איז דער סוף אן קיין אויסנאם

– – –

אין ליכט פון די ליכט
איך זעה א געזיכט
אין ליכט פון די ליכט
איך זעה פליכט
אין ליכט פון די ליכט
דעם אמת מען זוכט
אין ליכט פון די ליכט
באמערק איך דעם שטריך
אין ליכט פון די ליכט
ווי אייניג מיט דיר בין איך
אין ליכט פון די ליכט
אזוי לויטער און ציכט
אין ליכט פון די ליכט
דערמאנט איר מיך
אין ליכט פון די ליכט
אז איך בין נישט נאר איך
נאר א צאמשטעל פון נפש נשמה און רוח

אה, אין די ליכט פון די ליכט…

תגובות

קיין תגובות.

→ וויאזוי בויט מען א מצוה טאנק?2014 in review ←