זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

וואס האב איך נאר געוואלט?

10 פעברואר 2015, 05:08 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(טראץ וואס איך בין נישט קיין גרויסער פאעזיע שרייבער, האב איך דאס געשריבן צום אייוועלט פאעזיע פארמעסט. יישר כח אייוועלט)

נישט איין מאל פאסירט
א שמועס ווערט פארפירט
איינער זאגט א רעיון
א צווייטער דעם שמועס פארדרייען
א דריטער ברענגט אלעס צו א האלט
עמממ וואס האב איך נאר געוואלט?

פון וואנט זאל איך וויסן
וואס דיר טוט זיך אין געוויסן
ווען איך ווייס וואלט איך געזאגט
אלזא מיט דיין שטערן פארקנייטשט פארפלאגט
דערמאן דיך וואס האסט געוואלט
פירט אייך ווי אן אדאלט

וואס איך האב געוואלט ווייסטו אלס
וואס יענער האט געוואלט אלנספאלס
דו ווייסט וואס אנדערע טראכטן
ווען ס’טוט זיך דיר נאר דאכטן
אבער דו אליינס פרעגסט געוואלד
וואס האב איך נאר געוואלט.

ווי חוזק ביים טאטן אין געשעפט
אלס מיט אינפארמאציע אנגעשעפט
נאר דיין אייגן מח צו קאנטראלירן
קענסטו ניטאמאל פראבירן
אינמיטן א שמועס שרייען געוואלד
וואס האב איך נאר געוואלט

פארוואס דיין אייגנס פארגעסטו
און יענעם אלס ווייסט און זעהסטו
דארפסט אלס א מיינונג אויסדרוקן
איבער יענעם און יענעמס גליקן
אבער דיין אייגענע געדענקן האסטו געזאלט
נישט פרעגן וואס האב איך נאר געוואלט

יא ר’ חוזק דאס איז דיר צו ווייזן
באסמאקעווע נישט מיט יענעמס גרייזן
פון זיך אליינס טוה נישט אפרייזן
אויף יענעמס חשבון נישט איינלייזן
טראכט גוט פאר דו שפינסט אן אסאלט
און געדענק וואס דו האסט געוואלט

תגובות

קיין תגובות.

→ ווי אלט זענט איר?אנכי – ווער בין איך? ←