זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

אנכי – ווער בין איך?

11 פעברואר 2015, 05:06 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

מיין קערפער, מיין געוויכט

מיינע אויגן, מיין געזיכט

איברים מיינע, צוויי הונדערט אכט און פערציג

מיין הארץ עס קלאפט אזוי הארציג.

אלס איז מיינס, איך קלער צו זיך

אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך

אפשר דער נפש דאס בין איך אליינס

אבער ניין, דאס נפש איז אויך מיינס

קען זיין די נשמה, דער יצור כפו דער שיינס

אבער ניין, עס איז אויך נאר מיינס.

אלס איז מיינס, איך קלער צו זיך

אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך

אין שפיגל איך בליק, איך זעה דארט מיך

איך קוק דורכגרינדליך, איך זעה נישט זיך

אלס וואס איך זעה, געהער צו מיר

איך זוך און נישטער, ווער זענט איר.

אלעס איז מיינס, איך קלער צו זיך

אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך.

—-

אנכי אנכי, נאר דא איינער

אלעס איז זיינס, גארנישט דיינער

מיינע אויגן, מיינע הענט, מיינע פוס, מיינע ציינער

מיין נפש, מיין נשמה, אלס נאר מיינער.

אבער ווען מיט מחשבה, איך נישטער און זוך

ווער באמת איז דאס דער איך

צו זאגן “איך” שעם איך זיך

“איך” לאך פארשעמט, ווייל איך זוך מיך.

תגובות

קיין תגובות.

→ וואס האב איך נאר געוואלט?גרוס מיך מיין קינד. ←