גרוס מיך מיין קינד.
בס”ד
מיטן געלט און שיסל
אינעם שלאס דעם שליסל
נאך א טאג אין געשעפט
דעם ארימאן ער טרעפט
ער בעט אים חסדים
גיב מיר א פאדעם
דאס אלעס נישט מער
בעט דער עני גיב אהער
מיטן פאדעם א פיינעם
נאך א בקשה א קליינעם
בעט דעם עושר הגדול
גיב ניר נאר א נאדל
צו נייען מיין געוואנט
זאל איך קענען מיט די האנט
א זעקל נאדלען דערלאנגט
אבער דער ארימאן פארלאנגט
מיין טייערער גביר
קנעפלעך דארף איך נאר פיר
נוצט אייער קעפל
א געוואנט אן קיין קנעפל
וואס קען דאס דינען
לאז דער געוואנט מיך דינען
א טוץ קנעפלען מיט א שמייכל
רבי איד בעט ער ווייטער מיט שכל
א ברעטעלע א ברייטן
דעם געוואנט אויסצושפרייטן
איך דארף דאך נייען אקוראט
א מעסטער צו די זייט
א הענגער און א שטעקעלע
צו הענגן דערויף מיין רעקעלע
אלעס געפאקט אין א זעקעלע
אבער דער ארימאן האט איין בקשה’לע
מיין טייערער גביר
דעם אמת זאג איך דיר
איך קען גאר נישט נייען
איך האב ניטאמאל פון וואו צו לייען
גיב מיר א געוואנט א שיינעם
אלס א נדבה’לע א קליינעם
דער עושר מיט געפיל
אהין געגעבן א שענקל מיט קליידער פוהל
אינעם קומענדיגן טאג ביים שליסן
זעהט דעם ארימאן אינגאנצן צעשליסן
מיט קליידער ווי אמאל צעריסן
דער גביר וויל וויסן
פארוואס אזא קליידונג א מיאוסן
איך האב דיר אויסגעקלייד פון קאפ ביז פוסן
דער ארימאן מאכט זיך אומוויסן
און טוט אפי’ נישט צוריק גריסן
– – – –
דער ארימאן ברענגט ארויף איבל
אזוי טיעף אין א בלאטע גרובל
אבער צו זענען מיר נישט גענוי
ווי דער ארימאן פרעך אזוי
באשעפער גיב מיר נאר אביסעלע
ער גיבט א פילע שיסעלע
באשעפער איך קען נישט אליין
ער טוט זיך אויף אונז מרחם זיין
באשעפער לאמיך פרובירן
ער גיבט אונז מאטריאל זיך צו רירן
באשעפער נאך א טראפקעלע
ער גיבט אונז א גאנצע שאפקעלע
קינד מיינס וואו זענען די בגדים
פרעגט דער יוצר אדם
סיי די מאטריאל און סיי דעם געוואנט
אלעס דיר געגעבן צו דער האנט
געבעטן האסטו קודם ווי איינער וואס קען
דערנאך דיין אוממעגליכקייטן איינגעזעהן
נישט נאר דעם פאדעם נאר דאס גאנץ קליידל
מיט אלע צוגעהערן א גאנץ שיידל
פרעג איך דיך מיין קינד, גריס מיך נאר אזויפיל
ווען דו ביזט אין מיין סביבה ביי מיר אין שוהל.
תפלה בכוונה, אמן יהא שמיה רבא
איך וויל דיר געבן נאך, בזה ובבא
נעם פון מיר וואס דו ברויך
גריס מיך אבער אויך
מיטן אויסשרייען הויך
אמן יהא שמי’ רבא מברך…
תגובות
קיין תגובות.