זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

מענטעלע מענטאליטי – אפענער בריוו

20 פעברואר 2015, 16:36 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

ראש חודש אדר תשע”ה לפ”ק.

דאס איז א פריוואטע בריוו געשריבן געווארן ספעציעל צו אייך מיין טייערער חבר/ידיד/קאזין/ברודער/כהן/לוי/ישראל וואס אימער און ווער אימער איר זענט.

ווי ס’איז דיר אודאי באקאנט, האב איך היינט צופרי אין ביהמ”ד מנדב געווען א מאנטל פאר דיר, און דו האסט מיר נישט איבערגעלאזט קיין רעסיט, איך וואלט זייער געוואלט האבן כאטשיג א רעסיט פאר די נדבה.

עניוועי צוריק צו די נושא, איך ווייס אז דו האסט טענות צו מיר, און דו ביזט בארעכטיגט, אבער איך האב זיך נישט געראכטן אז פונקט היינט אין קעלטסטן וועטער וועסטו קומען אפנעמען דיין/מיין מאנטל און דעריבער שרייב איך דיר דעם בריוו צו אפענטפערן דיינע טענות, און האפנטליך וועסטו פארשטיין.

טענה נומ’ 1. פארוואס דער אונטערשטער קנעפל איז אראפגעריסן.

זיי וויסן אז זינט איך טראג שוין דעם מאנטל א שיינע פאר יאר, איז נארמאל ס’זאל זיך אראפרייסן א קנעפל, און וואס אנ’אמת’ן ווען ס’רייסט זיך אראפ געוויינליך זעה איך מ’זאל עס צונייען, נאר דאס מאל האסטו עס גענומען ר”ח דעם צווייטן טאג, דעריבער פעלט עס. קענסט עס קומען אפנעמען פון מיין נייעם מאנטל וואס איך הענג אויף אויפן זעלבן פלאץ ווי דער אלטער, גיב נאר אכט מיטצוברענגען א שערל אין שוהל אז זאלסט דיך די פינגערס נישט ח”ו מזיק’ן.

טענה נומ’ 2. פארוואס דער מאנטל איז שמוציג.

איך וועל דיר זאגן. איך האלט דיר דעם מאנטל שוין א לאנגע צייט און אין דער צייט האב איך עס גענוצט אויך, כאטש וואס א שומר חנם איז נישט בארעכטיגט צו נוצן, האב איך מיך געשפירט מער ווי א שוכר וויבאלד איך האב דאך פארט באצאלט פאר דעם מאנטל ווען איך האב עס געקויפט. איך האף ביזט נישט בייז.

טענה נומ’ 3. פארוואס ס’נישט פונקטליך דיין סייז.

ווען איך האב געקויפט דעם מאנטל האב איך דיך נישט געהאט ביי די האנט (א שאדע טאקע) און אפי’ היינט ווייס איך נישט צו ביזט הויך גראב נידריג שמאל ברייט ביינערדיג אדער קורץ קעפיג. אללנספאלס פאר בעסערע סערוויס נעקסטע מאל קום מיט מיר צו דזשי ענד קיו (שטייט שוין די נייע דזשי קאמפעני?) און וועל מיר קענען מעסטן געהעריג.

אה, פאר איך פארגעס, איך האב איבערגעלאזט אין טאש טישו’ס וועלכע ס’ראטזאם זאלסט אוועקווארפן צוליב סיבות שונות, ווי אויך די מעדיקעישאן וואס ליגט דארט זאלסטו נישט נעמען, עס איז געמאכט געווארן פאר “מענטשן”. עס קען שאדן פאר דיינסגלייכן, ענק נעמען די זאכן אין געהעריגע געוואוקסן ווי גראז און שטרוי, מיר נעמען עס אין קאפסולן פיהל מיט סופלעמענטן וועלכע קומען נאר פון די מאטריאלן. פארשטייסט?

אויב האסטו נאך עפעס א טענה אויף מיר, וויל איך דיר זאגן אז איך וועל דיך זייער גוט פארשטיין אויב נעקסטע מאל גייסטו מאכן געשעפטן מיט א צווייטן, און עס איז זייער פארשטענדליך אז צוליב דעם שוואכן קאסטומער סערוויס וועסטו נישט (האפנטליך) צוריק קומען נאכאמאל ביי מיר אפנעמען דיין מאנטל.

איך האב גראדע איינעם וואס איך וואלט דיך אנגעטראגן פאר נעקסטע מאל, ער איז זייער גוט אין די ליין, און האלט זיינע מאנטלען אין גאר גוטן צושטאנד, לאמיך וויסן אויב דו דארפסט די אינפארמאציע.

מיט דאנק פאראויס, און האפענונג צו פארשטענדעניש (צו וואס???)
זאלץוואסער

תגובות

קיין תגובות.

→ גרוס מיך מיין קינד.מאנראו  באס דררייווער – באהאלטענער נגיד ←